בלאט 1 פון 1

אבאמא נאך 4 יאר. וואס איז ווייטער?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 7:48 am
דורך ידען
איך האב נישט געהאט כח צו אויף בלייבען און סיי ווי מיינעך אז פאר מיר פערזענליך וועט ממילא נישט זיין א נפק“מ ווער סע איז פרעזידענט, האבעך מיך אריין געראלט אין בעט און זיך גוט אויסגעפאפען, און איך בין געווען זעכער אז ראמני גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט, ווייל אזוי האבען די מבינים געזאגט אין בעסמדרעש.

איך בין אויפגעשטאנען און זעהט אויס אז די מבינים וועלען זיך דארפען פארענפערען און מסביר זיין וואס סע געשען אז זייערע נביאה איז אנדערש אויסגעקומען אבער דא וויל איך קוקען אויף ווייטער און פרעגען וואס גייט ער אבאמא טוהן ווייטער?
אבאמאקער וועט זעכער בלייבען.

וועט ער זיך מאכען וויסענדיג פון די רעפאבליקענס אדער וועט ער זיי אנפייפען?

און וואס גייט ער טוהן מיט מדינת ישראל?
ער גייט יעצט אינגאנצען אנפייפען ביבי ?

ראמני האט מיר אויסעגעזעהן בעסער אבער איך וויל נישט מע זאל זאגען אז איך בין רעסיסט, וועלעך מסכים זיין אז פרעזידענט אבאמא בלייבט ווייטער דא און וועט מאכען נאך א פאר טריליען דאלער חובות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 8:58 am
דורך שמעקעדיג
ער טרומפייטערט דאך כסדר אז ער גייט זיך צוזאמעזעצן מיט ראמני און רעפובליקאנער אויסארבעטן א וועג צוזאמען און פרובירן יעדן צופרידנצושטעלן. לאמיר האפן אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן בשלימות בעז"ה.

אגב, בין איך דער איינציגסטער (אריין אין אשכול) וואס האלט אז אבאמא האט זייער א וויייך הארץ? און פרובירט צו טאנצן אויף אלע חתונות, און צופרידנשטעלן יעדן איינעם? זיינע געגנער פונקט ווי זיינע חסידים? דאס איז א מעלה אסאך מאל, אבער שטערט צו מאכן אגרעסיווע החלטות, והיינו טעמא פון זיין נייס צו די אראבישע לענדער, און פון נישט זאגן נתניהו אין פנים אריין וואס ער האלט (אפילו נישט דיפלאמאטיש) נאר דרייט זיך ארויס פון טרעפן מיט אים פערזענליך?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:03 am
דורך שמעקעדיג
שטילערהייט האף איך אויך, אז א דאנק דעם וועט אבאמא אין זיין צווייטן טערמין (בפרט אלס א דעמאקראט) באפרייען און פארדאנירן אפאר הונדערט מענטשן לכה"פ פון די טורמעס....

קיפינג מיי פינגערס קראסד (אוי מע טאר נישט..)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:07 am
דורך שמעקעדיג
פון זיין גאנצע רעדע, האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון דעם זאץ (הלואי זאל עס זיין אמת):

[left]Tonight you voted for action, not politics as usual. You elected us to focus on your jobs, not ours. And in the coming weeks and months, I am looking forward to reaching out and working with leaders of both parties to meet the challenges we can only solve together. Reducing our deficit. Reforming our tax code. Fixing our immigration system. Freeing ourselves from foreign oil. We’ve got more work to do[/left]

טוישן די טעקס קאוד? אפשר פעיר טעקס? איך חלום?
און געז? גייט מען טאקע ענדליך אנהויבן גראבן ביי אונז?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:18 am
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:ער טרומפייטערט דאך כסדר אז ער גייט זיך צוזאמעזעצן מיט ראמני און רעפובליקאנער אויסארבעטן א וועג צוזאמען און פרובירן יעדן צופרידנצושטעלן. לאמיר האפן אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן בשלימות בעז"ה.

אגב, בין איך דער איינציגסטער (אריין אין אשכול) וואס האלט אז אבאמא האט זייער א וויייך הארץ? און פרובירט צו טאנצן אויף אלע חתונות, און צופרידנשטעלן יעדן איינעם? זיינע געגנער פונקט ווי זיינע חסידים? דאס איז א מעלה אסאך מאל, אבער שטערט צו מאכן אגרעסיווע החלטות, והיינו טעמא פון זיין נייס צו די אראבישע לענדער, און פון נישט זאגן נתניהו אין פנים אריין וואס ער האלט (אפילו נישט דיפלאמאטיש) נאר דרייט זיך ארויס פון טרעפן מיט אים פערזענליך?

ער קען גוט רעדען. נישט אלע מאל מיינט עס וואס ער זאגט, ער וועט אלעס טוהן צו געווינען.

גלייבסט יעדע ליגענער?

ער האט געארבעט מיט זיינע קעגענער ביז יעצט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 10:31 am
דורך קאווע טרינקער
קליין-געלט
1) ניחום אבלים אצל יוסי געשטטנער על אובדן מיט ראמני.
2) אובאמא האט נעכטן שפעט ביינאכט פארשפראכן אז די דעפעציט וועט נישט ווערן געהעכערט מער ווי דאפעלט אין די קומענדיגע 4 יאהר.
3) ס'איז שוין צייט איינצוזעהן אז "אמעריקא" איז סתם א צוזאמענ-שטויס פון מיליאנע משוגעים. ס'איז בכלל נישט א אינטעלעגנטע פאלק.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:40 am
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:3) ס'איז שוין צייט איינצוזעהן אז "אמעריקא" איז סתם א צוזאמענ-שטויס פון מיליאנע משוגעים. ס'איז בכלל נישט א אינטעלעגנטע פאלק.


גוט געזאגט!!
:געוואלדיג: :לאךהויך: :צעמישט: :בלאבלא:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:54 am
דורך שטערן
וואס איז ווייטער??????
ליין דא.

http://gestetnerupdates.com/2012/11/07/ ... s-in-2016/

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:06 pm
דורך זר זהב
ראש לימבא קומט ארויף אין 2 מינוט. ס'אינטערעסאנט צו הערן וואס אמעריקע'ס אנקאר-מאן האט צו זאגן א טאג נאך די וואהלן ווען שווארצע ראסיסטן און איליגעל אימיגראנטן מיט אראבער האבן ווידערערוויילט זייער קאנדידאט, די רעגולערע אמעריקאנער האבן נישט געקענט איבערוועגן יענע שטימען -- דא איז א לינק צו לימבא'ס אודיא

http://player.streamtheworld.com/_playe ... 6&nid=2920

עווריטינג יו ניד טו נאו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:15 pm
דורך זר זהב
London - Obama's Re-Election Celebrated Around World

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:22 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל האט געשריבן:אמעריקע איז א צוזאמענשטעל פון טויזענטער סארט מענטשן, און כשם שאין פרצופותיהן שוות כך אין דעותיהן שוות. איינער וואס האלט אנדערש ווי דו איז נאך נישט משוגע, און דו - אפילו דו האלטסט אנדערש ווי יענעם - ביסט אויך נישט משוגע.

אין הכי נמי, אבער דער וועג ווי אזוי די גאנצע קאמפיין איז צוגעגאנגען, קען זיין א לעססאן פאר קינדערגארטן קינדער. מען שלאגט זיך ווי בעביס!!
יעדע 4 יאר זענען די וויילער נאכאמאל אנטוישט, און יעדע מאל גלייבט מען נעבעך אז יעצט קומט א טויש, און דער צווייטער קען בעסער.

ביי נארמאלע מענטשן פאסירט דאס נישט. מען געדענקט אז דאס אלעס איז נאר BS בלע"ז, קיינער טוישט נישט און פארבעסערט נישט גארנישט. האקוס פאקוס די גאנצע זאך.

זיצט מען און מען רייסט זיך ביי די קעפ, ביליאנען דאלארן און טויזענטער שעות ווערן פארשוענדט, גאלאנען טינט פאר די צייטונגען צו שרייבן זייערע בויך סברות יעדן טאג און וואך, טויזענטער קנעפלעך ווערן געדרוקט אויפן קיבאורד דורך מיליאנען בלאגערס.... צו וואס?
פאר הוילע איינרעדענישן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:33 pm
דורך מים חיים
שמעקעדיג האט געשריבן:פון זיין גאנצע רעדע, האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון דעם זאץ (הלואי זאל עס זיין אמת):

[left]Tonight you voted for action, not politics as usual. You elected us to focus on your jobs, not ours. And in the coming weeks and months, I am looking forward to reaching out and working with leaders of both parties to meet the challenges we can only solve together. Reducing our deficit. Reforming our tax code. Fixing our immigration system. Freeing ourselves from foreign oil. We’ve got more work to do[/left]

טוישן די טעקס קאוד? אפשר פעיר טעקס? איך חלום?
און געז? גייט מען טאקע ענדליך אנהויבן גראבן ביי אונז?


טוישן די טעקס קאוד? יא, אבער אויף זיינע טערמינען. נישט טוישן צו פעיר טעקס, נאר העכערן טעקסעס. און געדענקט, העכערן טעקסעס קאסט דעם ארימאן מער ווי דעם עושר, ווייל דער עושר שיקט די קאסטן פון די העכערע טעקסעס אראפ צום ארימאן, צום קאנסומער, און ביי דעם קאנסומער מאכט מער אויס די העכערונג אין פרייז ווי פארן עושר.

דאס איז בנוגע טוישן דעם טעקס קאוד.

זיך באפרייען פון אימפארטירטע אויל? זיכער. אבער אויף זיינע טערמינען. צווינגען קאמפאניס משקיע צו זיין געלט אין גרינע ענערדזשי, אפילו עס איז נישט קיין פראפיטבארע מארקעט.

די פשוטע מהלך, דהיינו, לאזן גראבן און צוקומען צו די שווערע מיליאנען נאטורליכע אוצרות אויף וואס אמעריקא זיצט, דאס בשום אין אופן, ביסט פון קאפ געפאלן? על מי נטשת את הדובים הלבנים? (דרך אגב, איך געדענק נישט ווען א שווארצע זאל האבן סימפאטיע אויף אזא פארנעם צו א ווייסן.....)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
גוט, גוט, מים חיים.
פארענטפערסט מיר אלע מיינע פליאות!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:11 pm
דורך park ave
אבאמא נאך 4 יאר

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 7:57 am
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:אויף דער פראגע "וואס איז ווייטער?" מיין איך איז דער תירוץ אז עס קומען פיינע פיר יאר. די עקאנאמיע ווערט בעסער, און וועט בעסער ווערן אין לויף פון די קומענדיגע צוויי יאר, און אבאמא און די רעפובליקאנער האבן יעצט מער אינטערעסע צו קאאפערירן איינער מיט'ן צווייטן, און אויך... וויבאלד דאס איז זיכער אבאמא'ס לעצטער טערמין איז פאראן גרעסערע שאנסן אז ער זאל פארדאנירן שלום רובאשקין.

, די רעפאבליקאנער האבען יעצט מער אינטערעסע צו קאאפערירען מיט אבאמא?

זיי האבען איהם נאך מער פיינט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:52 am
דורך זר זהב
וואס ווייטער?

PICKET: Companies plan massive layoffs as Obamacare becomes reality

http://www.washingtontimes.com/blog/wat ... macare-be/

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:10 pm
דורך זר זהב

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:06 am
דורך אריק
א קלארער בילד וואס צו ערווארטן אין די קומענדיגע 4 יאר:

If President Obama will in his second term, continue the policies of his first term, the following is the bleak forecast that we should brace ourselves for by the end of his second term:

Domestic issues:

1)      $7.00 – $8.00 a gallon of gasoline

2)      10-12% unemployment

3)      40 million people unemployed or underemployed.

4)      65 million people on Food stamps

5)      $25 Trillion dollars in National Debt

6)      $2 trillion dollar annual deficits

7)      0 Budgets passed

8)      30 million illegal immigrants in the USA

9)      All Illegal immigrants received  amnesty

10)   Thousands of businesses who couldn’t afford Obamacare for their employees, out of business.

11)   Thousands of seniors can’t find a Doctor that takes Medicare.

12)   Health rationing for terminally ill people.

13)   50% of American citizens will have a Obama Phone, Obama Car, Obama House, Obama Shoes etc.

14)   Tax rates to hit 75%

15)   The Dollar no longer a global currency

16)   Credit rating downgraded to B-

17)   U.S. Military cut in half

18)   Offshore drilling halted completely

19)   Coal mining halted completely

20)   And more…

International Issues:

1)      Iran has Nuclear weapons

2)      Our ally Israel Totally isolated

3)      All middle east countries are run by extremist Muslim dictatorships

4)      Russia, China, Iran and Venezuela formed a allegiance against the USA

Just put on your seat belts sit tight and prepare for the rocky ride.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:09 pm
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:08 pm
דורך שטערן
א תוצאה פון די וואלן אויסגאנג.

http://tampa.cbslocal.com/2012/11/14/ma ... s-himself/