בלאט 1 פון 2
Kosher Fest 2012
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 10:45 am
דורך מ גפני
ווי איך זעה האבן זיי דאס יאר געהעכערט דעם אריינטריט פרייז פון $25 צו $60, ווייסט איינער פארוואס??
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 10:48 am
דורך קאווע טרינקער
וואו שרייבט מען זיך איין
וואס איז זייער וועב זייטל?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:42 pm
דורך מים חיים
בעט עני סעילסמאן פאר אן עסן קאמפאני אן אינוויטעישאן. קענסטו באקומען איינטריט בחינם
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:02 pm
דורך קאווע טרינקער
website?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:32 pm
דורך איך אויך
נעוואדען? אונזערע אידעלעך האבן געהערט מען קען דארטן פרעסן בחנם ביז די בויך פלאצט האט זיך דער גאנצער עולם אהינגעלאזט, ווילן זיי כאטשיק אז דו ווילסט זיין א חזיר באצאל דערפאר.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:57 pm
דורך מים חיים
עס איז צוויי טעג, איינס פאר מילכיגס און איינס פאר פליישיגס. מען דארף מאכן א מאפע און אויסרעכענען וואו מען גייט עסן...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:35 pm
דורך נס קאווע
זיי באצאהלן דען פארן עסן? די קאמפאניס באקומען עפעס פאר דעם אדער באצאהלן?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:06 pm
דורך ווייס ווי שניי
אפשר וויל מיר דא איינער מסבר זיין וואס איז דאס Kosher Fest ???
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:14 pm
דורך מים חיים
קאשער פעסט איז א ביזנעס שאו פאר יעדע קאמפאני וואס איז פארמישט מיט די כשר עסן מארקעט. יעדע קאמפאני שיקט אראפ פארשטייער, און ביזנעסלייט און סעילסלייט וכדומה גייען ארום מאכן קאנטאקט מיט פרישע מענטשן.
אפגערעדט אז אלע עסן קאמפאניס זענען דארט. גפן ליעבערס קדם מהדרין פאשקעס וכו. אלע עסן טרינקען נאש קאמפאניס.
עס איז דא דארט צב"ש נר מצוה ווייל עס איז א סטריקטלי אידישע קאמפאני. קרעדיט קארד פראסעסערס זענען דא די היימישע חברה, טראקינג קאמפאניס וואס דעליווערן עסן האבן דארט א טישל.
עס איז זייער אינטערסאנט צו זעהן אזא שאו אפילו מען איז נישט אין די פוד ליין.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:22 pm
דורך חכם מחוכם
דאכצעכמער אז "דער שטערן" האט עס אמאל באשריבן, בד"וו איך פארשטיי אינגאנצן נישט די אויפטוה דערפון, אפשר קען איינער נעמען דעם פענע און מסביר זיין.
דאס איז זייער וועבסייט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:54 pm
דורך זאקען ורגיל
חכם מחוכם האט געשריבן:דאכצעכמער אז "דער שטערן" האט עס אמאל באשריבן, בד"וו איך פארשטיי אינגאנצן נישט די אויפטוה דערפון, אפשר קען איינער נעמען דעם פענע און מסביר זיין.
דאס איז זייער וועבסייט
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? א יריד אין לייפציג איז דיר מער צום הארצן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:46 pm
דורך קאווע טרינקער
אוקעי.
זיי מאכן נאך איינס אין אפריל.
כ'וועל אי"ה דארט זיין.
יעצט איז שוין צו שפעט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 6:08 pm
דורך מים חיים
פארוואס איז יעצט צו שפעט? און פארוואס מאכן זיי נאך איינס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:51 pm
דורך איך אויך
פארוואס פרעגסטו נארישע קשיות?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:04 pm
דורך מים חיים
וואס איז די נארישע קשיא?
פארוואס איז יעצט צו שפעט. די שאו איז הערשט נעקסטע וואך דינסטאג און מיטוואך.
פארוואס מאכן זיי נאך א שאו. ביז יעצט פלעגט עס זיין אן איינמאל-א-יאר געשעהניש. וואס איז געשעהן היי יאר?
עס איז נאך אלס נארישע קושיות?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:09 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס איז די נארישע קשיא?
פארוואס איז יעצט צו שפעט. די שאו איז הערשט נעקסטע וואך דינסטאג און מיטוואך.
כדי א זאך זאל מצליח זיין דארף מען הכנה.
יעדע שאו איז געאייניגט פאר א געוויסע ציבור. אין "עסן" גופא איז דא פארשידענע ביזנעססעס, לא ראי זה כראוי זה.
אין באמת איז דאס א מורא'דיגע אויפטו. ווייל אלע באטייליגטע קומען מיט די כוונה צו הערן און טרעפן "נייע" סעילס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:49 pm
דורך town1
כאפטס אריין מען קען נאך היינט קויפן א טיקעט אריינצוגיין פאר $60 מארגן גייט עס קאסטן $80
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:48 pm
דורך איך אויך
מים חיים האט געשריבן:וואס איז די נארישע קשיא?
פארוואס איז יעצט צו שפעט. די שאו איז הערשט נעקסטע וואך דינסטאג און מיטוואך.
פארוואס מאכן זיי נאך א שאו. ביז יעצט פלעגט עס זיין אן איינמאל-א-יאר געשעהניש. וואס איז געשעהן היי יאר?
עס איז נאך אלס נארישע קושיות?
דעמאלס דארף איך זיך אנטשולדיגן פאר דיר, א חבר מיינער וואס איז אין די כשרות פעלד האט מיר געזאגט פאריגע וואך אז ער איז געקומען צו פארן צום קאשערפעסט האב איך געמיינט עס איז פארגעקומן פאריגע וואך.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:03 pm
דורך לעמיל
שיינע
בילדער פון די שאו
איך מיין אז נר מצוה איז נאך אמאל געוועין די געלונגסטע באט דארט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:13 pm
דורך קאווע טרינקער
דהיינו, זיי האבן באשטעלט די שענסטע נקי--ת?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:16 pm
דורך לעמיל
קוק די בילדער ויאזוי זייער באט קוקט אויס וועסטו פארשטיין
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:34 pm
דורך שמואל הלוי
מערקט די צוגעקלעבטע בערד פון די מעקסיקאנער וואס פלעכטן די הבדלות ביי נר מצוה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:05 pm
דורך מיקוה נייעס
יעצט דא א פרישע אינטערוויא אויף קאלעמעבאשייר וועגן Kosher Fest