בלאט 1 פון 1

נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:44 pm
דורך קאווע טרינקער
VIN וואס איז נייעס, מעלדט:
לאקאלע פאבליק סקול קינדערלעך, שאפן געלט פאר משביע.
זייער אינטערסאנט.

ס'מאכט א רושם/קטרוג אין הימל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:52 pm
דורך [NAMELESS]
ווענדט זיך אין וועלכע הימל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 7:04 pm
דורך שמעקעדיג
אין הימל קוקט מען וואס אזויפיל גויים שטעלן צוזאם פאר אזויפיל אידן, וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש. דערנאך לייגט מען אויפן וואגשאל אלעס וואס אידעלעך האבן מנדב געווען פאר די סיגעיט און פאר-ראקעוועי געליטענע, טראק לאודס און הונדערטער פאלעטס פון כל טוב וטוב, לחם לאכול ובגד ללבוש פון קאפ ביז פוס פון שענסטן און בעסטן, און אידן גייען ארויס די געווינער.

(מקור: גילוי אליהו פאר 15 מנוט צוריק)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 7:15 pm
דורך קאווע טרינקער
וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש.

:קלאטש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:09 pm
דורך שעפטל
די גאנצע משביע איז עפעס א פיקטשער דרייוו.... וד"ל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 2:34 pm
דורך קאווע טרינקער
שעפטל האט געשריבן:די גאנצע משביע איז עפעס א פיקטשער דרייוו.... וד"ל

פארוואס טארכסטו אזוי? ס'האט גארנישט מיט קופת העיר.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:15 pm
דורך שעפטל
פון זייערע עפענען און שפארן לאקאציעס, און די אלע פאלעטישאן'ס וואס ווילן ווייזן זייער געטריישאפט צום ציבור און בילדערן זיך כסדר דארט, קוקט עס מיר עפעס אזוי אויס

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 2:59 pm
דורך דולה ומשקה
היינט צו טאג זעהט זיך אן דער פירות, ווען מ'קומט היינט אריין קיין משביע זעהט מען בלויז פולישע רוסישע און מעקסיקאנער. דער טעם איז פשוט וויבאלד זיי נעמען געלט פון דער רעגירונג וכו' טארן זיי שוין נישט דיסקרימענירען.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 3:43 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אין הימל קוקט מען וואס אזויפיל גויים שטעלן צוזאם פאר אזויפיל אידן, וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש. דערנאך לייגט מען אויפן וואגשאל אלעס וואס אידעלעך האבן מנדב געווען פאר די סיגעיט און פאר-ראקעוועי געליטענע, טראק לאודס און הונדערטער פאלעטס פון כל טוב וטוב, לחם לאכול ובגד ללבוש פון קאפ ביז פוס פון שענסטן און בעסטן, און אידן גייען ארויס די געווינער.

(מקור: גילוי אליהו פאר 15 מנוט צוריק)

שמעקעדיג: איך וויל וויסן אויב זייט דאן האסטו געהאט גילוי אליהו. ווייל כ'האב א פאר שאלות וואס דו זאלסט פרעגן אליהו הנביא די נעקסט טיים ער באווייזט זיך צו דיר... :lol: :o

צו מיר האט ער זיך באוויזן אמאל ערב שבת, א שעה פאר'ן זמן אויפ'ן פאליסעידס און ר'האט מיר געהאלפן טשענדזשן א טייער אויף מיין קאר...!

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 6:27 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
צו מיר האט ער זיך באוויזן אמאל ערב שבת, א שעה פאר'ן זמן אויפ'ן פאליסעידס און ר'האט מיר געהאלפן טשענדזשן א טייער אויף מיין קאר...!

ס'איז טאקע אזוי, יעדער וואס טוט א טובה איז א חשש אז ער איז בכלל נישט קיין היימישער איד, נאר גאר אליהו... ווייל נאר ער פארשטייט צו חסד.

סתם אינטרעסאנט, ביי דיין גלוי, ווי אזוי איז ער געווען פארשטעלט, ווי א ספרדי אדער א ליטוואק, חסיד, א מער מאדערנער אדער ישיביש? און אפשר א חב"ד'ניק???

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 6:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
דולה ומשקה האט געשריבן:היינט צו טאג זעהט זיך אן דער פירות, ווען מ'קומט היינט אריין קיין משביע זעהט מען בלויז פולישע רוסישע און מעקסיקאנער. דער טעם איז פשוט וויבאלד זיי נעמען געלט פון דער רעגירונג וכו' טארן זיי שוין נישט דיסקרימענירען.


זיי זענען מקיים די מצוה פון ותלכו בדרכיו, די אייבישטער איז אויך א נותן לחם לכל בשר אן דיסקרימענאציע.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
צו מיר האט ער זיך באוויזן אמאל ערב שבת, א שעה פאר'ן זמן אויפ'ן פאליסעידס און ר'האט מיר געהאלפן טשענדזשן א טייער אויף מיין קאר...!

ס'איז טאקע אזוי, יעדער וואס טוט א טובה איז א חשש אז ער איז בכלל נישט קיין היימישער איד, נאר גאר אליהו... ווייל נאר ער פארשטייט צו חסד.

סתם אינטרעסאנט, ביי דיין גלוי, ווי אזוי איז ער געווען פארשטעלט, ווי א ספרדי אדער א ליטוואק, חסיד, א מער מאדערנער אדער ישיביש? און אפשר א חב"ד'ניק???

בן אדם: אלס א מאדערנער איד מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האט געזאגט אז ער וואוינט אין העווערסטראו. איך האב נאכגעקוקט אין די לאקאל פאון בוק. און ס'איז נישט פאראן דארט א מענטש מיט אזא נאמען וואס ער האט געגעבן. איך האב אויך געפרעגט א סאך תושבי מאנסי אויב זיי קענען אזא מענטש. . קיינער האט נישט געקענט אזא מענטש. אויך, נאכדעם וואס ער האט געענדיגט ארויפלייגן די ספעיר טייער אויף מיין קאר האביך איהם געוואלט באדאנקען. אבער ער איז פלוצלינג נעלם געווארן. ופרח לו איש האמת. איך ווייס אז אויב איך וואלט געהאט די זכייה וואלט ער זיך באוויזן צו מיר אין די צורה פון דעם הוידו-נאנאש'ן רעבין. נאר די ה"נ רבי קען נישט טשענדזשן קיין טייערס... :lol:

Re: נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 1:28 am
דורך petergrifin
Vintage @berlbalaguleh [emoji1]

Re: נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 1:29 am
דורך petergrifin

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:28 pm
דורך דולה ומשקה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זיי זענען מקיים די מצוה פון ותלכו בדרכיו, די אייבישטער איז אויך א נותן לחם לכל בשר אן דיסקרימענאציע.


אבער דאס האט געמאכט אז אונזערע אידישע ברידערס וואס דארפען צו קומען צו 'משביע' גייען שוין נישט אהין, ווייל אויך די פאקט אז די גויעשע משפחות זענען נישט די צניעות'דיגע טיפ מענטשען, כמובן.
אמאל פלעגט זיין א סטייל אז פאר א חתונה זענען מחותנים אהין געגאנגען, עכ"פ טייל רבישע/רבנישע דאס זעהט מען שוין לאנג נישט מטעם הנ"ל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:15 pm
דורך BAL TSHIVA
https://youtu.be/UDf1egl0_ps א ווינדער אז אינו יהודים האבן פארשאפט געלט? קיקטס ווער עסט דארטן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:48 pm
דורך וכדומה..
שמעקעדיג האט געשריבן:אין הימל קוקט מען וואס אזויפיל גויים שטעלן צוזאם פאר אזויפיל אידן, וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש. דערנאך לייגט מען אויפן וואגשאל אלעס וואס אידעלעך האבן מנדב געווען פאר די סיגעיט און פאר-ראקעוועי געליטענע, טראק לאודס און הונדערטער פאלעטס פון כל טוב וטוב, לחם לאכול ובגד ללבוש פון קאפ ביז פוס פון שענסטן און בעסטן, און אידן גייען ארויס די געווינער.


און וואס איז מיט די מיליאנע דאלארען פוו פוד סטעמפס מעדיקעיד וואטשערס וכו' וואס אידעלעך זענען נהנה פון די שטאט? דאס גייט נישט ארויף אויפן וואגשאל אויף די גואישע זייט? איך מיין דאס וועגט שוין אביסעלע איבער