וואס רופט די תורה תועבה?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:09 pm
עס איז באקאנט אז בעפאר יעדע וויילן-סעזאן אין אמעריקע יאווען זיך ארגעניזאציעס און רבנים וועלכע זענען פארנומען אז מ'טאר חלילה נישט וועלן פאר קאנדידאטן וועלכע אינדארסירן חוקי תועבה. חוקי תועבה מיינט לכאורה אזעלכע געזעצן וועלכע די תורה רופט אן תועבה. למעשה, אין טאג טעגליכן גערעדאכטס מיינט מען מיט "חוקי תועבה" בלויז איין געזעץ: אנערקענען דאס פּאָרן פון צוויי מענער אדער צוויי פרויען אלס הייראט. די געזעץ'ס מטרה איז אויסשליסליך געלט. דאס הייסט אז די פארל וועלכע קען צוליב סיבות נישט חתונה האבן כדרך כל הארץ זאל נישט מוזן כל ימיו צאלן שטייערן ווי א סינגל בעת ער שעירט זיינע אויסגאבעס און הויז מיט א צווייטן פונקט ווי א געווענליכע פארהייראט פארל. איז דאס תועבה? לאמיר קוקן וואס ס'שטייט אין די תורה:
אין די תורה שטייט נאר אז משכב זכר איז תועבה. חז"ל אין ספרא (פרשת אחרי מות ט, ח) לערנען ארויס פון א צווייטן פסוק אז:
אויב א פרוי מיט א פרוי אדער א מאן מיט א מאן האבן חתונה גייט דאס אריין בגדר מעשה ארץ מצרים, און פון דעם לערנט מען ארויס אז נישט נאר משכב זכר (מאן מיט מאן) איז אסור נאר אפילו דאס וואס די גמרא רופט "נשים המסוללות זו בזו" (פרוי מיט פרוי) איז אויך אסור מכוח איסור מעשה ארץ מצרים. אין די פוסקים איז דא א שמועס אויב מעשה ארץ מצרים איז א דאוריתא אדער א דרבנן. אין אגדה ווערט נאך ארום גערעדט איבער דעם איסור, און איינס פון די מערסט-באקאנטע מדרשים איז דער מדרש רבה (בראשית כג, ט) "רב הונא בשם רבי יוסי אמר: דור המבול לא נמחו מן העולם אלא על ידי שכתבו גומסיות (שטרות נישואין) לזכר ולבהמה".
די טענה פון די וועלכע רופן אן די סארט געזעצן "חוקי התועבה" איז אז א געזעץ וועלכע אנערקענט דאס פּאָרלשאפט כלפי ממונות, איז אויטאמאטיש מחזק מענטשן צו עובר זיין אויף דאס וואס די תורה רופט תועבה. אבער דאס איז נישט ריכטיג. עס איז א פשוט'ער פאקט אז די מענטשן זענען סיי ווי עוסק באיסורי משכב זכר און מעשה ארץ מצרים. וואס יא, עס נעמט אוועק די בושה פון ארויסקומען אין די עפנטליכקייט. א צווייטע טענה איז אז מיטן אנערקענן דאס פארלשאפט אלס הייראט, גייט דאס אריין בגדר כתבו גומסיות לזכר. פון רש"י (סנהדרין צב, ב) איז טאקע משמע אז די פראבלעם פון שרייבן גומסיות אדער כתובה לזכרים איז אז דערמיט איז מען מזלזל זיין אין די איסור משכב זכר, ווי רש"י שרייבט דארט "אע"פ שחשודין למש"ז ומייחדין להם זכר לתשמישן, אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כ"כ שיכתבו להם כתובה". אבער תועבה איז עס נישט.
וואס איז אבער אינטערעסאנט איז אז משכב זכר איז נישט די איינציגסטע עבירה אין די תורה אויף וואס גאט זאגט אז עס איז תועבה. עס איז דא א גאנצע ליסטע פון תועבות. לאמיר כאפן א בליק אויף טייל פון זיי (עס זענען דא נאך):
1. די געטשקעס פון אפגעטער
אבער געוואלד! די רעפובליקאנער זענען דאך די וועלכע האבן די מערסטע געטשקעס, און נישט נאר זיי האבן עס אין זייערע קירכעס, שלאגן זיי זיך נאך אריינצוברענגן זייערע געטשקעס אין געריכט הייזער!
2. מעביר בניו באש, קסם, מעונן, מנחש, מכשף, חבר חבר, שואל אוב, ידעני, דורש אל המתים
ס'הייסט, געזעצן וועלכע ערלויבן כל מיני סייקיקס, האנט-ליינער, סיאנס פערפארמער וכו' זענען חוקי תועבה.
3. לא ילבש (און מעגליך אויך די איסור פון לא תוכל להתעלם לגבי השבת אבידה, און לא תוכל להתעלם לגבי הקם תקים)
יא יא, לא ילבש איז תועבה. טרעפט מיר איין רעפובליקאנער וועלכע איז נישט עובר אויף דעם תועבה.
4. מיסיאנערן
מיט ראמני איז א געוועזענער תועבה'ניק. יא, נישט אינדארסירט געזעצן וועלכע זענען מעגליך מחזק תועבה'ניקס, נאר א תועבה'ניק בכבודו ובעצמו. א מיסיאנער איז א תועבה'ניק!
5. בשר בחלב
בשב בחלב שטייט אין רש"י. די תורה רעדט אבער לכאורה פון אלעס וואס איז פארבאטן צו עסן. מ'דארף פארמאכן אלע מעקדאנעלדס.
6. מקריב זיין א קרבן מיט א מום
7. צוריקנעמען א אשה מגורשת
8. שווינדלען
אה, דא קען מען רעדן עד אין לשער. כ'וועל עס אבער מאכן בקיצור: היינט אינדערפרי האט א באקאנטער אויסגערופענער תועבה'ניק עולה געווען אין מיין מנין. און כ'האב געדאווענט אין א סאטמארע שול.
9. מאכן סטאטוען
עיין לעיל נומער 1.
הכלל, עס שטעלט זיך ארויס אז חוקי תועבה נעמט אריין אין זיך צענדליגע געזעצן און עס איז נישטא קיין איין קאנדידאט במשך הדורות וועלכע האט נישט געשטיצט עכ"פ העלפט פון די זאכן וועלכע די תורה פאררעכנט אלס תועבה. און מיר האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די אלע קאנדידאטן. וואס איז אלזא אנדערש געי מערידזש?
(פאר א לענגערע באהאנדלונג צו מ'מעג וויילען פאר א קאנדידאט וועלכער שטיצט א געוויסער חוק תועבה, ליינטס חיים נחום הלוי פריעד'ס אינהאלטסרייכע אשכול. אין געזעלשאפט איז דא אן אשכול וואס בארירט אויך געוויסע נקודות איבער דעם חוקי-תועבה מערכה.)
דער אויבערשטער אין ויקרא פרק יח פסוק כב האט געשריבן:וְאֶת זָכָר לֹא תִשְׁכַּב מִשְׁכְּבֵי אִשָּׁה תּוֹעֵבָה הִוא
אין די תורה שטייט נאר אז משכב זכר איז תועבה. חז"ל אין ספרא (פרשת אחרי מות ט, ח) לערנען ארויס פון א צווייטן פסוק אז:
כמעשה ארץ מצרים וכמעשה ארץ כנען לא תעשו. יכול לא יבנו בניינות ולא יטעו נטיעות כמותם, תלמוד לומר ובחקותיהם לא תלכו, לא אמרתי אלא בחוקים החקוקים להם ולאבותיהם ולאבות אבותיהם ומה היו עושים האיש נושא לאיש והאשה לאשה.
אויב א פרוי מיט א פרוי אדער א מאן מיט א מאן האבן חתונה גייט דאס אריין בגדר מעשה ארץ מצרים, און פון דעם לערנט מען ארויס אז נישט נאר משכב זכר (מאן מיט מאן) איז אסור נאר אפילו דאס וואס די גמרא רופט "נשים המסוללות זו בזו" (פרוי מיט פרוי) איז אויך אסור מכוח איסור מעשה ארץ מצרים. אין די פוסקים איז דא א שמועס אויב מעשה ארץ מצרים איז א דאוריתא אדער א דרבנן. אין אגדה ווערט נאך ארום גערעדט איבער דעם איסור, און איינס פון די מערסט-באקאנטע מדרשים איז דער מדרש רבה (בראשית כג, ט) "רב הונא בשם רבי יוסי אמר: דור המבול לא נמחו מן העולם אלא על ידי שכתבו גומסיות (שטרות נישואין) לזכר ולבהמה".
די טענה פון די וועלכע רופן אן די סארט געזעצן "חוקי התועבה" איז אז א געזעץ וועלכע אנערקענט דאס פּאָרלשאפט כלפי ממונות, איז אויטאמאטיש מחזק מענטשן צו עובר זיין אויף דאס וואס די תורה רופט תועבה. אבער דאס איז נישט ריכטיג. עס איז א פשוט'ער פאקט אז די מענטשן זענען סיי ווי עוסק באיסורי משכב זכר און מעשה ארץ מצרים. וואס יא, עס נעמט אוועק די בושה פון ארויסקומען אין די עפנטליכקייט. א צווייטע טענה איז אז מיטן אנערקענן דאס פארלשאפט אלס הייראט, גייט דאס אריין בגדר כתבו גומסיות לזכר. פון רש"י (סנהדרין צב, ב) איז טאקע משמע אז די פראבלעם פון שרייבן גומסיות אדער כתובה לזכרים איז אז דערמיט איז מען מזלזל זיין אין די איסור משכב זכר, ווי רש"י שרייבט דארט "אע"פ שחשודין למש"ז ומייחדין להם זכר לתשמישן, אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כ"כ שיכתבו להם כתובה". אבער תועבה איז עס נישט.
וואס איז אבער אינטערעסאנט איז אז משכב זכר איז נישט די איינציגסטע עבירה אין די תורה אויף וואס גאט זאגט אז עס איז תועבה. עס איז דא א גאנצע ליסטע פון תועבות. לאמיר כאפן א בליק אויף טייל פון זיי (עס זענען דא נאך):
1. די געטשקעס פון אפגעטער
פְּסִילֵי אֱלֹהֵיהֶם תִּשְׂרְפוּן בָּאֵשׁ לֹא תַחְמֹד כֶּסֶף וְזָהָב עֲלֵיהֶם וְלָקַחְתָּ לָךְ פֶּן תִּוָּקֵשׁ בּוֹ כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ הוּא: וְלֹא תָבִיא תוֹעֵבָה אֶל בֵּיתֶךָ וְהָיִיתָ חֵרֶם כָּמֹהוּ שַׁקֵּץ תְּשַׁקְּצֶנּוּ וְתַעֵב תְּתַעֲבֶנּוּ כִּי חֵרֶם הוּא:
(דברים ז, כה)
אבער געוואלד! די רעפובליקאנער זענען דאך די וועלכע האבן די מערסטע געטשקעס, און נישט נאר זיי האבן עס אין זייערע קירכעס, שלאגן זיי זיך נאך אריינצוברענגן זייערע געטשקעס אין געריכט הייזער!
2. מעביר בניו באש, קסם, מעונן, מנחש, מכשף, חבר חבר, שואל אוב, ידעני, דורש אל המתים
כִּי אַתָּה בָּא אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ לֹא תִלְמַד לַעֲשׂוֹת כְּתוֹעֲבֹת הַגּוֹיִם הָהֵם: לֹא יִמָּצֵא בְךָ מַעֲבִיר בְּנוֹ וּבִתּוֹ בָּאֵשׁ קֹסֵם קְסָמִים מְעוֹנֵן וּמְנַחֵשׁ וּמְכַשֵּׁף: וְחֹבֵר חָבֶר וְשֹׁאֵל אוֹב וְיִדְּעֹנִי וְדֹרֵשׁ אֶל הַמֵּתִים: כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק כָּל עֹשֵׂה אֵלֶּה וּבִגְלַל הַתּוֹעֵבֹת הָאֵלֶּה יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ מוֹרִישׁ אוֹתָם מִפָּנֶיךָ:
(דברים יח, ט-יב)
ס'הייסט, געזעצן וועלכע ערלויבן כל מיני סייקיקס, האנט-ליינער, סיאנס פערפארמער וכו' זענען חוקי תועבה.
3. לא ילבש (און מעגליך אויך די איסור פון לא תוכל להתעלם לגבי השבת אבידה, און לא תוכל להתעלם לגבי הקם תקים)
לֹא תִרְאֶה אֶת שׁוֹר אָחִיךָ אוֹ אֶת שֵׂיוֹ נִדָּחִים וְהִתְעַלַּמְתָּ מֵהֶם הָשֵׁב תְּשִׁיבֵם לְאָחִיךָ: וְאִם לֹא קָרוֹב אָחִיךָ אֵלֶיךָ וְלֹא יְדַעְתּוֹ וַאֲסַפְתּוֹ אֶל תּוֹךְ בֵּיתֶךָ וְהָיָה עִמְּךָ עַד דְּרֹשׁ אָחִיךָ אֹתוֹ וַהֲשֵׁבֹתוֹ לוֹ: וְכֵן תַּעֲשֶׂה לַחֲמֹרוֹ וְכֵן תַּעֲשֶׂה לְשִׂמְלָתוֹ וְכֵן תַּעֲשֶׂה לְכָל אֲבֵדַת אָחִיךָ אֲשֶׁר תֹּאבַד מִמֶּנּוּ וּמְצָאתָהּ לֹא תוּכַל לְהִתְעַלֵּם: לֹא תִרְאֶה אֶת חֲמוֹר אָחִיךָ אוֹ שׁוֹרוֹ נֹפְלִים בַּדֶּרֶךְ וְהִתְעַלַּמְתָּ מֵהֶם הָקֵם תָּקִים עִמּוֹ: לֹא יִהְיֶה כְלִי גֶבֶר עַל אִשָּׁה וְלֹא יִלְבַּשׁ גֶּבֶר שִׂמְלַת אִשָּׁה כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ כָּל עֹשֵׂה אֵלֶּה:
(דברים כב, א-ה)
יא יא, לא ילבש איז תועבה. טרעפט מיר איין רעפובליקאנער וועלכע איז נישט עובר אויף דעם תועבה.
4. מיסיאנערן
יָצְאוּ אֲנָשִׁים בְּנֵי בְלִיַּעַל מִקִּרְבֶּךָ וַיַּדִּיחוּ אֶת יֹשְׁבֵי עִירָם לֵאמֹר נֵלְכָה וְנַעַבְדָה אֱלֹהִים אֲחֵרִים אֲשֶׁר לֹא יְדַעְתֶּם: וְדָרַשְׁתָּ וְחָקַרְתָּ וְשָׁאַלְתָּ הֵיטֵב וְהִנֵּה אֱמֶת נָכוֹן הַדָּבָר נֶעֶשְׂתָה הַתּוֹעֵבָה הַזֹּאת בְּקִרְבֶּךָ:
(דברים יג, יד-טו)
מיט ראמני איז א געוועזענער תועבה'ניק. יא, נישט אינדארסירט געזעצן וועלכע זענען מעגליך מחזק תועבה'ניקס, נאר א תועבה'ניק בכבודו ובעצמו. א מיסיאנער איז א תועבה'ניק!
5. בשר בחלב
לֹא תֹאכַל כָּל תּוֹעֵבָה:
(דברים יד, ג)
בשב בחלב שטייט אין רש"י. די תורה רעדט אבער לכאורה פון אלעס וואס איז פארבאטן צו עסן. מ'דארף פארמאכן אלע מעקדאנעלדס.
6. מקריב זיין א קרבן מיט א מום
לֹא תִזְבַּח לַיקֹוָק אֱלֹהֶיךָ שׁוֹר וָשֶׂה אֲשֶׁר יִהְיֶה בוֹ מוּם כֹּל דָּבָר רָע כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ הוּא:
(דברים יז, א)
7. צוריקנעמען א אשה מגורשת
כִּי יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה וּבְעָלָהּ וְהָיָה אִם לֹא תִמְצָא חֵן בְּעֵינָיו כִּי מָצָא בָהּ עֶרְוַת דָּבָר וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ: וְיָצְאָה מִבֵּיתוֹ וְהָלְכָה וְהָיְתָה לְאִישׁ אַחֵר: וּשְׂנֵאָהּ הָאִישׁ הָאַחֲרוֹן וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ אוֹ כִי יָמוּת הָאִישׁ הָאַחֲרוֹן אֲשֶׁר לְקָחָהּ לוֹ לְאִשָּׁה: לֹא יוּכַל בַּעְלָהּ הָרִאשׁוֹן אֲשֶׁר שִׁלְּחָהּ לָשׁוּב לְקַחְתָּהּ לִהְיוֹת לוֹ לְאִשָּׁה אַחֲרֵי אֲשֶׁר הֻטַּמָּאָה כִּי תוֹעֵבָה הִוא לִפְנֵי יְקֹוָק וְלֹא תַחֲטִיא אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לְךָ נַחֲלָה:
(דברים כד א-ד)
8. שווינדלען
לֹא יִהְיֶה לְךָ בְּכִיסְךָ אֶבֶן וָאָבֶן גְּדוֹלָה וּקְטַנָּה: לֹא יִהְיֶה לְךָ בְּבֵיתְךָ אֵיפָה וְאֵיפָה גְּדוֹלָה וּקְטַנָּה: אֶבֶן שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ אֵיפָה שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ: כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ כָּל עֹשֵׂה אֵלֶּה כֹּל עֹשֵׂה עָוֶל:
(דברים כה, יג-טז)
אה, דא קען מען רעדן עד אין לשער. כ'וועל עס אבער מאכן בקיצור: היינט אינדערפרי האט א באקאנטער אויסגערופענער תועבה'ניק עולה געווען אין מיין מנין. און כ'האב געדאווענט אין א סאטמארע שול.
9. מאכן סטאטוען
אָרוּר הָאִישׁ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה פֶסֶל וּמַסֵּכָה תּוֹעֲבַת יְקֹוָק מַעֲשֵׂה יְדֵי חָרָשׁ וְשָׂם בַּסָּתֶר וְעָנוּ כָל הָעָם וְאָמְרוּ אָמֵן:
(דברים כז, טו)