בלאט 1 פון 1

רשעות? חסד!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:41 pm
דורך זר זהב
ארויסצוגיין פון די מוטער'ס שויס וועלכע האט מיר באהיטן פון די ציפ'עס פונעם טאטן און פון די פראסקעס פונעם מלמד איז געווען א נישט גרינגער טראנזישען. יעדער געדענקט ווען די שלעק האבן אנגעהויבן פליען. אבער אנדערש איז היינט ווען איך קוק צריק דערויף מיט א מיושב'דיגער שכל'דיגער בליק.

אלץ קינד האב איך געזען א בוגי מען אין מיין טאט'ן און א רוצח אין מיין מלמד. כ'האב נישט געבענטשט גענוג הויך, א פראסק. נישט גענוג געשאקעלט ביים דאווענען, א ציפ. נישט איינגעזיצן ביי זיין שיעור אין ביהמ"ד, פארשעמענדע קולות אז דאס גאנצע שול האט זיך אויסגעדרייט קוקן.

אין חדר געקומען שפעט, געשטאנען ביים וואנט. נישט געטאטעלט, א פארשעמענדע פליק. נישט געקענט ביים פארהער, מלקות מיט א רצועה. איין מלמד אין כתה ו' האט גאר געהאט אן הקפדה צו פראסקענען אויף ביידע בעקעלעך אויף איינמאל! (ס'מן הסתם יסודתו מהררי קודש)

און איך דריי זיך ארום מיט מיין נארישן קינדישן שכל, והילד משתאה מחריש לדעת פארוואס אזויפיל רשעות אויף דער וועלט? פון דערהיים צו חדר, פון חדר צו דערהיים איין שטיק געוועב פון רשעות און פארפאלגונג, למה?
---------------
דאס איז געווען דעמאלט'ס... אה ב"ה, איך בין עלטער געווארן. איך קוק זיך אין שפיגל און איך זעה א געראטענער אינגערמאן, מסודר'דיג, מענטשליך, בע'טעמ'ט, טוט נישט קיין עבירות חלילה, ציטערט פון גאט ברוך הוא! 2 שיעורים א טאג תמידין כסדרן! ברענגט אהיים שיינע פרנסה, האט א גאר בכבוד'יגע פרנסה. אויסגעארבעטע איידעלע מידות. -- ס'נישט געקומען פון זיך אליינס, ניין!

מיין פאטער און מיינע פעטש דארשטיגע מלמדים האבן מיר געברענגט צו וואו איך בין אנגעקומען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:55 pm
דורך לעמיל
זר דו האסט א תאווה צו עפענען אשכולת און שמייכעל פורום? קוקט אויס אזוי

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:58 pm
דורך אוי טאטי
יא! עס איז גראדע א גוטע תאווה צו מאכן שמייכלען אנדערע!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:59 pm
דורך לעמיל
זר האט נאר גוטע תאוות!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:59 pm
דורך זר זהב
וואו דען זאל איך עס לייגן? ס'איז דאך א סאטיריקעל תגובה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:07 pm
דורך שעפטל
אט אזוי! דעס באלאנגט נאר אין שמייכל... און א לייק איז אויפן וועג און וועט נישט אוועקגענומען ווערן...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
והאיש שמעקעדיג משתאה מחריש לדעת, צי מיינסט עס ערנסט? אדער וויבאלד עס איז אין שמייכל רעדסטו ציניש ובלשון סגי נהור?
און וואס האט דיר געברענגט צו זיין אזא וואוילער אינגערמאן, די ציפעס פון טאטן, אדער דאס באשיצן פון די מאמען?
און אגב, זעה איך, אז פארן קוקן אין שפיגל האסטו קיין מכות נישט געכאפט, און קוק נעבעך וואו ביסט אנגעקומען.
(א אפענער שולחן ערוך אין יו"ד אז א מאן טאר אין שפיגל נישט קוקן)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:05 pm
דורך העלא
דר ביסט געשמאקער פון געשמאק,

כ'האפ אז עס גייט דיר אזוי גוט ווי דו שרייבסט אין די אשכול, ווייל פון אנדערע אשכולות קוקט אויס אנדערש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:14 pm
דורך זר זהב
ס'גייט מיר גוט. נאר נישט אלעס פארשטיי איך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:34 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:והאיש שמעקעדיג משתאה מחריש לדעת, צי מיינסט עס ערנסט? אדער וויבאלד עס איז אין שמייכל רעדסטו ציניש ובלשון סגי נהור?
און וואס האט דיר געברענגט צו זיין אזא וואוילער אינגערמאן, די ציפעס פון טאטן, אדער דאס באשיצן פון די מאמען?
און אגב, זעה איך, אז פארן קוקן אין שפיגל האסטו קיין מכות נישט געכאפט, און קוק נעבעך וואו ביסט אנגעקומען.
(א אפענער שולחן ערוך אין יו"ד אז א מאן טאר אין שפיגל נישט קוקן)

אדער מ'קען אראפרופן די שפיגל ברעכערס פון עולם העליון. נאר דאס איז שוין (פארגעסענע) היסטארי. אבי מ'האט געמיינט אז די פרומקייט משוגעת'ן האבן זיך לעצטנס אנגעהויבן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:32 am
דורך קאווע טרינקער
דאס איז געווען דעמאלט'ס... אה ב"ה, איך בין עלטער געווארן. איך קוק זיך אין שפיגל און איך זעה א געראטענער אינגערמאן, מסודר'דיג, מענטשליך, בע'טעמ'ט, טוט נישט קיין עבירות חלילה, ציטערט פון גאט ברוך הוא! 2 שיעורים א טאג תמידין כסדרן! ברענגט אהיים שיינע פרנסה, האט א גאר בכבוד'יגע פרנסה. אויסגעארבעטע איידעלע מידות. -- ס'נישט געקומען פון זיך אליינס, ניין!

כ'מעג טשעפענען?
נאך דורך-קוקען דיינע 5000 הערות, כמדומה אז זיי האבן מקיים געווען "חושך שבטו"... נישט גענוג גע'געבן.
JUST KIDDING
באמת האבן זיי איבער געטריבן, ווארום, ס'האט סיי ווי נישט געהאלפען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 6:51 pm
דורך העלא
פארוואס רעדסטו דיך אפ אין אנדערן אשכול אז דו האסט קיין ציל אין לעבן, לויט מיין חשבון דארפסטו זיין העפי:

ווייב
קינדער
דזשאב
שיעורים יעדן טאג

אלעס איז געזונט, פיין, סא וואס פעלט דיר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 6:59 pm
דורך זר זהב
דא איז שמייכל פארום פאר א שווארץ יאר!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 7:01 pm
דורך העלא
א שווארץ יאר? חס ושלום

א גוט געבענטש זיס לעכטיג בא'טעם'ט פיינע געשמאקע יאר

סא עכט גייט דיר נישט גוט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 7:04 pm
דורך זר זהב
יעצט גייט יא גוט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 7:07 pm
דורך העלא
ברוך השם איי עם סא העפי