בלאט 1 פון 4
ספר מלחמות השם פונעם רלב"ג
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:58 pm
דורך מצב הדור
פין דע את ה
די רלב"ג פאר זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג, מער ווייניגער איז ער אנגענומען אלס איינע פון די ראשונים, און די צייט וואס עס איז קלאר אז היינט, און אפילו פאר 400 יאר צוריק וואלט ער פארשריגען געווארען אלס אן אפיקורס, צווישען דעם רלב"ג און שפינוזה איז דא ממש א חוט השערה, וואס דער רלב"ג האט זיך געהיטן נישט אריבערצוגיין (לכאורה נאר אין שרייבען, און פילוזופיה זעהט אויס שטייט ער אייניג מיט שפינוזה, עס איז נאר די פאר נקודות אין וואס ער וויל נישט אריינגיין), דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה, די תורה אזי נישט קיין יצירה אלקות, ער גלייבט נישט אין השגחה פרטית,וכו' וכו', אבער כמובן, רעדט מען כמעט נישט דערוועגן, ועוד חזון למועד איך האף נאך זיך מעמיק צו זיין עד הסוף בתורתו ומשנתו פונעם רלב"ג און עס ארויסגעבען לאור עולם, פאר ווער עס זוכט, די יסודות זיינע קען מען גאנץ גרינג זעהן און זיין ספר, און וויקיפידיע באשרייבט עס גאנץ גוט.
מלחמות השם מאמר ששי, פרק שנים עשר שרייבט ער ביאור אינעם ענין פון שמש בגבעון דום, אז יהושע האט אפגעשטעלט דעם זון, אזעס איז נאר א דימין
הא לך כל הקטע בשלימות: והנה מופת יהושע היה שהוא אמר שתשלם נקמת גוי אויביו בזה הזמן הקצר אשר לא תורגש בו לשמש ירידה בהיותו בחצי השמים, וזהו אמרו וידום השמש וירח עמד עד יקום גוי אויביו הלא היא כתובה על ספר הישר ויעמוד השמש בחצי השמים ולא אץ לבא כיום תמים. ולא היה כיום ההוא לפניו ולאחריו לשמוע ה' בקול איש כי ה' נלחם לישראל. רוצה בזה שלא הורגש השמש יוצא מכנגד גבעון לעיני ישראל, ולא יצא הירח מכנגד עמק אילון עד שנשלמה נקמת גוי אויביו. ואחר כן ביאר הסבה בזה, כדי שלא יחשוב חושב שנתבטלה תנועת השמש, ואמר כי השמש היה בחצי השמים, והיה זה סבה שלא מהר לרדת, כמו שימצא זה הענין בכל יום כשהוא בתמימותו ושלמותו שלא ימהר אז השמש לרדת, ולזה אמר שלא היה כיום ההוא לפניו ולאחריו שישמע השם לקול איש לעשות תכף דבר גדול כזה בזה השעור המעטי מן הזמן, ואמנם היה זה כן רוצה לומר שתשלם זאת הנקמה בזה הזמן המעטי, כי ה' נלחם לישראל. ואולם בירח לא נתן סבה איך יתכן שתעמוד כנגד עמק אילון כל הזמן הזה, לפי שעמק אילון היה לפי מה שאחשוב יותר רחב מגבעון, ולזה יתרן שתעמוד הירח שם זמן מורגש מה. ומה שיוסיף גלוי ושלמות על מה שבארנו מזה הענין הוא מה שנזכר בתורה מההבדל בין מופתי משה רבינו עליו השלום למופת זולתו, ואם היה מופת יהושע על זה האופן שישתנה בו נמוס תנועת הגרמים השמימיים, היה יותר נפלא לאין שעור זה המופת ממופתי משה רבינו, וזה מבואר מאד. ומפני שהוקשה זה הענין לקצת רבותינו זכרונם לברכה, להיותם מבינים מזה הענין שישתנה בו תנועת הגרמים השמימיים, הסכימו שכבר נעשה זה המופת על יד משה רבינו, אלא שהוא מבואר שאם היה הענין כן, לא השמיטה התורה זכרו, עם היות קטבה אשר עליה תסוב האמנת המופתים. וכבר יתבאר לך עוד שזה המופת לא היה שתתבטל תנועת השמש והירח, כמו שזכרנו, לפי שהוא מן השקר שיתחדש מופת מהמופתים לבטלה לפי מה שהתבאר מענינם, וזה שעמידת השמש אם היתה אז, לא נמצא ממנה תועלת לא לישראל ולא לזולתם, וזה שישראל היו מאמינים בנבואה בעת ההיא, ולא מצאנו שהשתדלה אומה מהאומות האחרות לשוב לשם יתברך בעבור זה המופת, ולא הישירם בזה שום נביא מפני זה המופת, כאלו תאמר שיאמר להם שיאמינו בשם יתברך ויכנעו לעבודתו, כי הוא אדון לכל הנמצאות, והמופת על זה שכבר יבטל השם יתברך תנועת השמש, שאם היה הענין כן, היה נזכר זה הענין בספור זה המופת. ובהיות הענין כן, הוא מבואר שאי אפשר שנאמר שיפין דהיה זה המופת מתחדש בגרמים השמימיים, ואולם היה המופת נצוח ישראל אויביו בזה הזמן המעטי, כמו שבארנו, והנה התועלת שהגיעה לישראל מזה הענין מבואר מאד.
קען מיר איינער זאגן וואס די ספר איז?
(איך מיין קיינער דארף נישט מורא האבן צו ליינען זיינע זאכן, עס איז פלעין הוילע שטיסעם, עס קאסט נאר א לאך)
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:43 pm
דורך לעיקוואד
דער
רלב"ג איז געווען פון די ראשונים וואס זענען געגאנגען גאנץ וייט מיט דער מהלך פונ'ם רמב"ם וכו' איבער צושטעלן די תורה צו די גריכישע פילאסאפיע. ער איז אויך געווען א חכם אין כמה חכמות און האט כמדומה אויסגעטראפען א
המצאה אויף מעסטען די שטערנס .
זיין ספר
מלחמות ה' איז א ספר מסודר שטארק אויף ענינים פון אמונה און השקפה און ער קומט אן צו גאר קאנטרעברסיאלע מסקנות אין כמה נושאים.
כדי צו פארשטיין ריכטיג זיין שיטה דארף מען לערנען די גאנצע ספר און ארויסהאבן די פילאסאפישע אריסטוטלישע הנחות וואס איז דעמאלטס געווען אנגענומען. למעשה היינט וואס אויך דער וויסנשאפטליכע וועלט האט אנגעווארפען רוב פון די טעראיעס איז אסאך פון דעם נישט אקטואל. דאך איז דאס א שטארקע פרעצעדענט ומקום לתלות פאר די וואס ווילן צושטעלן די תורה צו די היינטיגע וויסענשאפט און לכאורה יש על מי לסמוך הגם אז סגייט גאנץ וייט אוועק פון פשטות התורה אויב זעהט מען אז מגדולי הראשונים האבן אויך משנה געווען שטארק די השקפת התורה לויט די וויסענשאפט.
מאנכע גדולי ישראל האבן עם טאקע שטארק פארדאמט, סאיז געווען אזעלכע וואס האבן גערופען דער ספר "מלחמות על ה'", דער מהר"ל אין הקדמה צו גבורות ה' דינגט זיך מיט עם גאר שטארק איבער די נושא פון נסים און וואס ער שרייבט כלפי שמש בגבעון דום [הגם אז אויך דברי מהר"ל צריכים פירוש רב ועיון גדול]. עם כל זה איז ער אנגענומען למעשה אלץ איינער פון די ראשונים און פאר א אדם גדול און ממאכט עם נישט אוועק אינגאנצען.
דאס איז טאקע זייער
אינטרעסאנט פארוואס און וויאזוי אנדערע ווערן אנגענומען הגם זייערע דעות ווערן נישט אנגענומען און אנדערע ווערן ארויסגעשלאסן אלץ כופרים. מען קען אנווייזען אויך אפאר סיבות צו דעם, איינס איז אז דער דרוקער פון תנ"ך מקראות גדולות האט עם אריינגעדרוקט און דורכך דעם איז ער געווארן א חלק פונם מיינסטרים. און צווייטענס איז אז למעשה אפילו די וואס דינגען זיך מיט עם רעכנען זיך מיט עם און האבן דרך ארץ פאר עם אלס תלמיד חכם וגדול בישראל ממילא זעהט אויס אז אזוי איז דאס.
זיינע דעות והשקפות notwithstanding, איז זיין פירוש אויף תנ"ך איינע פון די שענסטע מסודרדיגע און קלארע פירושים וואס סזענען דא. יעדער פרשה טייטשט ער קודם די שווערע ווערטער איינס ביי איינס, שפעטער נעמט ער ארום די כללותדיגע מהלך פונם פרשה, שפעטער האטער א עקסטערע חלק וואס ער רופט "תועליות", דאס הייסט ער רעכנט אויס אלע מיני זאכן וואס מברויך זיך לערנען פון די פרשה, סיי בעניני השקפה סיי בעניני מדות סיי בעניני מעשה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:54 pm
דורך ונבנתה העיר
דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה
מלחמות ה' האב איך נישט, אבער דאס איז וואס דער רלב"ג שרייבט אנפאנג פרק י"ז פון מלכים א':
וזה לא יתכן שיעיד בו הנביא קודם העשות החטאים, כי אע"פ שיראה הנביא באיש אחד שכבר יחטא חטא מה, הנה האיש ההוא יוכל להישמר שלא יחטא, כי השם יתברך לא יכריח האדם שיחטא, ושמהו בעל בחירה כדי שימלט מהרעות הנפשיות והגופיות, כמו שביארנו בשלישי מספר מלחמות ה', עכ"ל.
זאגט ער דאך בפי' אז דער נביא קען וויסן פון פאראויס, ער קען נאר נישט זאגן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 6:06 pm
דורך לעיקוואד
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער רלב"ג שרייבט קלאר אז די באשעפער ווייסט נישט אלעס, וויל עס נעמט דאך צו די בחירה
מלחמות ה' האב איך נישט, אבער דאס איז וואס דער רלב"ג שרייבט אנפאנג פרק י"ז פון מלכים א':
וזה לא יתכן שיעיד בו הנביא קודם העשות החטאים, כי אע"פ שיראה הנביא באיש אחד שכבר יחטא חטא מה, הנה האיש ההוא יוכל להישמר שלא יחטא, כי השם יתברך לא יכריח האדם שיחטא, ושמהו בעל בחירה כדי שימלט מהרעות הנפשיות והגופיות, כמו שביארנו בשלישי מספר מלחמות ה', עכ"ל.
זאגט ער דאך בפי' אז דער נביא קען וויסן פון פאראויס, ער קען נאר נישט זאגן.
זעהט אויס ווי ער זאגט אז א נביא אפילו ער זעהט איז דאס נישט אמת, דאס איז דאך נאכמער א שווערע זאך ווייל סקומט אויס אז נבואה מוז נישט זיין אמת. עכ"פ רעדט ער פון א נביא נישט פון ידיעת ה', מדארף וויסען ווי ער פארשייט נבואה בכלל אפשר איז דאס נישט קיין סתירה.
בכל אופן דער שיטת הרלב"ג איז ער זייער קלאר מבאר אין מלחמות ה' מאמר שלישי, עס איז אביסל מער קאמפיליצירט פון דעם וויל ער איז מחלק צווישען ידיעת דברים פרטיים און ידיעה כללית וואס איך פארשטיי נישט אזוי וואס דאס מיינט, אבער עכ"פ ער האלט אז דער אייבעשטער האט נישט קיין ידיעה אין די פרטים וייל דאס וואלט סותר געווען צו דער בחירה.
אין זיינע פירושים אויף תנ"ך מיין איך אז ער זאגט נישט אלעמאל קלאר זיין דעה אין די סארט ענינים נאר צייכנט מזאל קוקען אין מלחמות ה'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:36 pm
דורך קאווע טרינקער
אין וויקעפידא, צום סוף אין די מקורות איז דא א לינק צו א מאמר בנוגע שיטת הרלב"ג בענין השגחה.
אין עברית.
מ'קען עס DOWNLOAD'ען, וכן עשיתי
כ'דארף נאר צייט דאס צו ליינען
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:15 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיקוואד האט געשריבן:זעהט אויס ווי ער זאגט אז א נביא אפילו ער זעהט איז דאס נישט אמת, דאס איז דאך נאכמער א שווערע זאך ווייל סקומט אויס אז נבואה מוז נישט זיין אמת.
אודאי איז עס אמת, מען קען אבער נאכנישט רעדן דערפון ווי א פאקט - ידיעה ובחירה איז נישט קיין פראבלעם נאר ביים אייבערשטען וואס זיין ידיעה איז מחייב.
לעיקוואד האט געשריבן:עכ"פ רעדט ער פון א נביא נישט פון ידיעת ה', מדארף וויסען ווי ער פארשייט נבואה בכלל אפשר איז דאס נישט קיין סתירה.
א) אז ער ווייסט בנבואה איז דאך פשט אז מען האט איהם אזוי מודיע געווען מלמעלה [מסתמא האסטו דאס געמיינט מרמז צו זיין אין ווי אזוי מען פארשטייט נבואה בכלל].
ב) ולאו ק"ו הוא אז דער אייבערשטער ווייסט? חוץ אז מען וועט מדחיק זיין אז דער אייבערשטער איז בכונה מעלים זיין ידיעה כדי עס זאל קענען זיין בחירה, וכשם שכוחו בבלי גבול כך כוחו בגבול שאם אי אתה אומר כן נמצאת מחסר שלימותו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:23 pm
דורך יידל
מצב הדור האט געשריבן:(איך מיין קיינער דארף נישט מורא האבן צו ליינען זיינע זאכן, עס איז פלעין הוילע שטיסעם, עס קאסט נאר א לאך)
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:29 pm
דורך לעיקוואד
[איך מיין אז מצב הדור האט זיך נישט באצויגען צו דער רלב"ג נאר צו דער בלוג פון ווי ער האט מעתיק געווען די שטיקעל- "דע את אלקיך" פון יעקב אבן דפ"ב [yisroelotd דק"ש]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:32 pm
דורך לעיקוואד
ר' ונבנתה, איך פארשטיי נישט פונקטליך, דו ווילסט דאס אלס אריינלערנע אינם רלב"ג? דאס שטימט אפשר לויט אנדערע שיטות, אבער דער רלב"ג מאכט זיין שיטה זייער קלאר אין מלחמות ה' און מערסטע שכלדיג איז מפרש זיין וואס ער זאגט אין זיין פירוש לויט ווי ער איז מרחיב אין זיין ספר וואס ער צייכנט אליינס צו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:33 pm
דורך יידל
לעיקוואד האט געשריבן:[איך מיין אז מצב הדור האט זיך נישט באצויגען צו דער רלב"ג נאר צו דער בלוג פון ווי ער האט מעתיק געווען די שטיקעל- "דע את אלקיך" פון יעקב אבן דפ"ב [yisroelotd דק"ש]
אם כן צו איך צוריק והוא רחום יכפר עון.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:40 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיקוואד האט געשריבן:ר' ונבנתה, איך פארשטיי נישט פונקטליך, דו ווילסט דאס אלס אריינלערנע אינם רלב"ג? דאס שטימט אפשר לויט אנדערע שיטות, אבער דער רלב"ג מאכט זיין שיטה זייער קלאר אין מלחמות ה' און מערסטע שכלדיג איז מפרש זיין וואס ער זאגט אין זיין פירוש לויט ווי ער איז מרחיב אין זיין ספר וואס ער צייכנט אליינס צו.
גערעכט, ווי געזאגט האב איך נישט דעם ספר, איך וועל פראבירן עס נאכצוקוקען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:54 am
דורך יאיר
עס געפעלט מיר ווי אונזער חסיד שנהפך לפילאזאף גייט אזוי באקוועם פון רלב"ג צו שפינאזע אהין און צוריק, איבערשפרינגענדיג דעם דינעם חוט השערה.
מעשה בחסיד אחד בנן של קדושים שלא ידע צורתא דספרא בר מן הני ספרי דבי רב, וחי כל ימיו ביני כותלי דבי מדרשא. לימים נזדמן לידו קומפוטרתא אחת עם ההיא אנטרניתא. נתן עיניו בה. וכיון שנסתכל בה פעם אחת מיד פרחה אמונתו, בתר הכי התחילו החושך והאור משתמשים בערבוביא, להני רבנן קרא להו אפיקורסא, ולהבעש"ט קרא אור שבעת הימים. כיון שראה האי מבי שותי קפא בלוגא דיליה, פתח ואמר, האי אפרוח שלא נפתחו עיניו נעשה כעוף הפורח באויר.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:30 am
דורך קאווע טרינקער
כיון שראה האי מבי שותי קפא בלוגא דיליה
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:34 am
דורך מצב הדור
יידל האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:[איך מיין אז מצב הדור האט זיך נישט באצויגען צו דער רלב"ג נאר צו דער בלוג פון ווי ער האט מעתיק געווען די שטיקעל- "דע את אלקיך" פון יעקב אבן דפ"ב [yisroelotd דק"ש]
אם כן צו איך צוריק והוא רחום יכפר עון.
אמת איך האב מיר באצויגען צו "דע את אלקיך"
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:00 pm
דורך אוהב דעת
וואס איז טאקע שיטות שפינוזה, וואס זענען זיינע ריאות אז משה האט נישט געשריבען די תורה עפ״י ד׳ ביים בארג סיני?
דאכט זיך אז איינשטיין איז עפעס געגאנגען לשיטתו לגבי מציאות השם, אז כל זמן מקען נישט אויפוויזען אז סאיז דא א גאט מיז מען נישט גלייבען אין גאט אבער ער האט נישט געהאט א ריאה אז עס איז נישטא קיין גאט
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 3:47 pm
דורך לעיקוואד
דער ענין פון שפינאזע איז א עקסטערע שמועס און איך וייס נישט פונקטליך וואס חתן דינן האט מחליט געווען אז דאס האט א שייכות מיט שיטת רלב"ג. זיינע טענות און אויך ספרים קען מען ליינען אויפן געוועב דורך וויקי וכדו', נאר איך וייס נישט צו עס פאסט צו לינקען זאכען וואס זענען עמטליך כפירה. אויב דער עולם האלט דא אז עס איז דא א מקום צו רעדן וועגן דעם קען מען אפשר פארציילען די מעשה אויפן שפיץ גאפל.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 7:30 pm
דורך לאדיך אפ
פליז זיך האלטן צום רלב"ג. ס'זעט אויס אן אינטערעסאנטע נושא.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 8:37 pm
דורך איחוד פעלד
לעיקוואד האט געשריבן:דער ענין פון שפינאזע איז א עקסטערע שמועס און איך וייס נישט פונקטליך וואס חתן דינן האט מחליט געווען אז דאס האט א שייכות מיט שיטת רלב"ג. זיינע טענות און אויך ספרים קען מען ליינען אויפן געוועב דורך וויקי וכדו', נאר איך וייס נישט צו עס פאסט צו לינקען זאכען וואס זענען עמטליך כפירה. אויב דער עולם האלט דא אז עס איז דא א מקום צו רעדן וועגן דעם קען מען אפשר פארציילען די מעשה אויפן שפיץ גאפל.
איך מיין עס איז כדאי. צו ברענגען אין א באזונדערע אשכול די השוואות פין שפינוזה צום בעל שם טוב. עפעס דענק איך מיט דער צמצום אין אין סוף מיט די גלדי בצלים. אבער איך מיין אז אנדערע קענען דאס בעסער, מיין דאקטערייט באשטייט נישט אויף דעם.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 9:42 pm
דורך zurich
עפעס גאר אינטערסאנט אנוויקעלט זיך דא, עפעס א יודל האט זיך איין שיינעם טאג "דערקלערט" אפיקורת לייגט ארויף זיינס א בלאג דא אין שטיבל,איך ווייס נישט צו ס'אריבער מער ווי 10 מינוט אין די הנהלה האט עס אראפגעפליקט.. אבער ווינדער איבער ווינדער יעדער האט די אדרעסס פון דעים באנדיט!!
זעהט אויס די עולם גלייכט יא אזאלכע זאכן
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 10:05 pm
דורך לעיקוואד
לאדיך אפ האט געשריבן:פליז זיך האלטן צום רלב"ג. ס'זעט אויס אן אינטערעסאנטע נושא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:43 am
דורך יאיר
אויף די וויקיפידע בלאט זע איך נאכברענגען א ריין גריכישע שיטה בשם דעם רלב"ג. ער שרייבט אז דער לעבן נאכ'ן טויט באשטייט פון די ידיעות וואס דער מענטש זאמלט זיך אן ביים לעבן, און לויט ווי שטארק ער נוצט זיין קאפ. ווייל דער גשמיות'דיגער חלק פון דעם מענטש שטארבט, און נאר דער אינטעלעקט, דער שכל, וואס איז א גייסטיגע זאך, בלייבט לעבן. ממילא וויפיל וויסנשאפט מען האט ביים לעבן, אזוי פיל האט מען נאכ'ן טויט. דאס הערט זיך ווי דער גריכישער שיטה אז דער וועג צו וממארטאליטעט איז צו נוצן דעם קאפ, און איך מיין אז דאס איז ממש אין קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק אז עולם הבא באשטייט פון שכר אויף תורה ומצוות, נישט פון יעדע סארט וויסנשאפט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:56 am
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:אויף די וויקיפידע בלאט זע איך נאכברענגען א ריין גריכישע שיטה בשם דעם רלב"ג. ער שרייבט אז דער לעבן נאכ'ן טויט באשטייט פון די ידיעות וואס דער מענטש זאמלט זיך אן ביים לעבן, און לויט ווי שטארק ער נוצט זיין קאפ. ווייל דער גשמיות'דיגער חלק פון דעם מענטש שטארבט, און נאר דער אינטעלעקט, דער שכל, וואס איז א גייסטיגע זאך, בלייבט לעבן. ממילא וויפיל וויסנשאפט מען האט ביים לעבן, אזוי פיל האט מען נאכ'ן טויט. דאס הערט זיך ווי דער גריכישער שיטה אז דער וועג צו וממארטאליטעט איז צו נוצן דעם קאפ, און איך מיין אז דאס איז ממש אין קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק אז עולם הבא באשטייט פון שכר אויף תורה ומצוות, נישט פון יעדע סארט וויסנשאפט.
דער שיטה איז גאנץ קלאר נישט נאר שיטת רלב"ג נאר אויך שיטת הרמב"ם בכמה מקומות, אמת אז דאס שטימט נישט אזוי גוט מיט פשטות ענין השכר על תומ"צ, נאר דער רמב"ם האלט אז דער תכלית פון גאנץ תומ"צ איז אז א מענטש זאל באקומען די ריכטיגע דעות און אמונות ממילא איז דאס נישט קיין סתירה בי עם. און אגב שטימט דאס גאנץ גוט, אביסעל צוגעפיצט, מיט חסידות וואס טענה'ט אז דער תכלית פון גאנץ תומ"צ איז צוצוקומען צו דבקות בה' און ווער סאיז נישט דבוק בחייו קומט נישט צו לאחר מותו, שכר מצוה איז דאס אליין, וכו'. די איינציגסטע חילוק איז אז לפי הרמב"ם איז דער עיקר דבקות בשכל אז מוייסט ריכטיגע ידיעות און לפי חסידות איז דבקות לאו דווקא דורכן שכל נאר אויך דורך רגש נשמה וכדומה.
דער רמב"ם טענה'ט אז אלע סארט וויסנשאפט איז א מצווה וואס ער לערנט ארויס פון ואהבת את ה' אלקיך וכו'.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:03 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:אויף די וויקיפידע בלאט זע איך נאכברענגען א ריין גריכישע שיטה בשם דעם רלב"ג. ער שרייבט אז דער לעבן נאכ'ן טויט באשטייט פון די ידיעות וואס דער מענטש זאמלט זיך אן ביים לעבן, און לויט ווי שטארק ער נוצט זיין קאפ. ווייל דער גשמיות'דיגער חלק פון דעם מענטש שטארבט, און נאר דער אינטעלעקט, דער שכל, וואס איז א גייסטיגע זאך, בלייבט לעבן. ממילא וויפיל וויסנשאפט מען האט ביים לעבן, אזוי פיל האט מען נאכ'ן טויט. דאס הערט זיך ווי דער גריכישער שיטה אז דער וועג צו וממארטאליטעט איז צו נוצן דעם קאפ, און איך מיין אז דאס איז ממש אין קעגנזאץ צו די תורה'דיגע בליק אז עולם הבא באשטייט פון שכר אויף תורה ומצוות, נישט פון יעדע סארט וויסנשאפט.
זייער ענדליך האב איך געלערנט פון ר' אביגדור מילר און די רמב''ם.
בעסיקלי עולם הבא איז די הנאה וואס מיר גייען האבן פון זיין איינס מיט גאט . לוט וויפיל א מענטש לערענט געטליכקייט אויף די וועלט וועט ערפארשטיין און הנאה האבן דערפון דעלמטס.