בלאט 1 פון 1

פירוש המילות "וואס מיינט.....?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:07 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל און יענקל ניצן ביידע דאס ווארט
יאווען

וואס מיינט דאס?

יאנקל שרייב אויך
נאכ'ן אוועקווארפן פראגמאטיזם

וואס מיינט דאס?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:15 pm
דורך קאווע טרינקער
שכוח.
וואס מיינט "פרעצעדענטלאז"

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:57 pm
דורך ברוין
עפע ליגט מיר אין קאפ אזא אשכול שוין אמאל דא גיווען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:00 pm
דורך sunbar
איך האב שוין געפרעגט אין א אנדערע אשכול... וואס מיינט א חק? חק מיינט אפילו ווען די רעגירונג באשטימט אז מען קען האבן פקד סטעמפס, אדער נאר א עפעס וואס זיי זאגן אז מען מוז טון?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:43 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
קאווע טרינקער האט געשריבן:שכוח.
וואס מיינט "פרעצעדענטלאז"


א זאך וואס האט פאסירט צום ערשטן מאל איז א פרעצעדענט. פרעצעדענטלאז מיינט עפעס ווי: האט נישט זיינס גלייכן; קיינמאל פריער נישט געשען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:28 am
דורך קאווע טרינקער
שכוח
וואס מיינט "פיקוח נפש"?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:00 pm
דורך איך אויך
וואס מיינט "גיי פיש אויפן ים הגדול"?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:11 pm
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:וואס מיינט "גיי פיש אויפן ים הגדול"?

עס איז אן הצעה אז דו זאלסט גיין כאפן פיש אויפן ים הגדול. כ'שטעל זיך פאר אז די כוונה איז ענליך צו "גיי פלי א קייט".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:22 pm
דורך איך אויך
אה כאב געמיינט עס מיינט גיי זיי מטיל מים אינעם ים הגדול, יעצט ווייס איך די ריכטיגע פשט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:25 pm
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:אה כאב געמיינט עס מיינט גיי זיי מטיל מים אינעם ים הגדול, יעצט ווייס איך די ריכטיגע פשט.

אוהו, כ'האב נישט געטראכט אזוי טיף. יעצט טראכט איך אז דיין פשט שטימט מער מיטן "אויפן".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:27 pm
דורך זר זהב
איז עס דאך א פ מיט א פינטל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:06 pm
דורך דעינעש
'ך קום אריין. 'ך גיי זיך לערנען פ' המילות. און איך ווער געוואר..

שקויעך אייך אלע פאר'ן ארויסהעלפן צום סוקסעס. (..אזא מין לייק, כל הנערים סטייל במחילת כבודכם הרם).