בלאט 1 פון 3

חלום חלמתי

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:47 pm
דורך זר זהב
ס'נישט קיין געלעכטער. אבער דאך, א חלום איז פאני, לייגיכעס דא אריין. כאמער גע'חלומט נעכטן ווי דער הייליגער חתם סופר לערנט אינעם ספר דברי יואל. איינער קען פותר זיין? איך האב נישט געטראכט א טאג בעפאר פון קיין איינע פון די אונגארישע צדיקים און אויך נישט געלערנט אין איינע פון די ספרים. וואסי פשט?

דער בעסטער פותר באקומט א לייק.

און אגב, שרייב דא וואס איר האט גע'חלומט. נאר כשר'ע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:21 am
דורך sunbar
דברי יואל אדער סיי וועלכע ספר פון סאטמאר רב?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:25 am
דורך זר זהב
דברי יואל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:29 am
דורך sunbar
אקעי, לכאורה נישט ציונית. לאמיר טראכטן...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 8:33 am
דורך עפל פאי
שטייט אז מען זעט צדיקים איז עס גאר א גרויסע מדריגה, וואויל איז דיר האסט זוכה געווען.

כ'האב געחלומט, אז עס איז ערב פסח און איך כאפ אריין שנעל צו עסן א גוטע קאקי פאר סוף זמן אכילה, עס איז געווען 8:30 אויפ'ן זייגער, איך קוק יעצט נאך דעם זמן ערב פסח הבעל"ט און ס'איז געווען אסאך פארן סוף זמן

סוף זמן אכילת חמץ MAR. 25
Magen Avraham - Fixed 72 Min. 10:35:05 מגן אברהם - 72 שוות
Magen Avraham - 72 as Degrees 10:31:33 מגן אברהם - 72 במעלות
Gra & Baal Tanya 10:59:05 גר"א ובעל התניא

עני פשט דערויף?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:48 am
דורך קאווע טרינקער
זר, לויט ווי ס'קומט מיר אויס און די סוגיא פון פרק הרואה אין מסכת ברכות, איז די פתרון פון דיין חלום ווי פאלגענד:
זייט די האריקען סענדי, זענען די ויואל משה'ס אין סאטמער'ע ישיבה פון סיגעיט אומנוצבאר. רביה"ק האט זיך מתלונן געווען פאר'ן כסא הכבוד "מה פשעי ומה חטאתי אז שפתותי איז נישט דובבות מחמת די שטורעם"?
איז געקומען א בת קול: איך וועל בעטהן ביי איינע פון די צדיקים פון גן עדן זאלן לערנען דיינע ספרים. דו האסט די ברירה צו בוחר זיין איינע פון זיי.
האט די רבי בוחר געווען דעם צאנזע'ר רב.
אבער צאנזע רב האט נישט געוואלט, זאגענדיג: איך בין יעצט טרוד, ווארום, די וויזניצע רבי איז יעצט עולה אין מיין ספר תורה בבית משה שמואל זופניק.
האט די רבי בוחר געווען דעם חתם סופר, אבער בתנאי אז ער וועט לערנען דברי יואל, נישט ויואל משה.
וכן הוה.

אז דו פרעגסט וואס איך האב געחלום'ט:
איך וועל דיר מגלה זיין
כ'האב געחלום'ט אז ארטסקול האט געדינגן מנשה פילאפ צו שרייבן א ביאור השוה לכל נפש אויף אורות הראי"ה.

(און אז מ'חלום'ט שוין. - די וואך האב איך זיך אנגעטראפן מיט א ספר "זר זהב", און ז. ברמן'ס געשעפט)

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:36 am
דורך שמעקעדיג
טרינקער, דו ביזט קעש!
א שאד אז דו ביסט נישט געווען אין די צייטן פון פרעה'ס חלום, אוי וואלטן מיר געהאט א שיינע פרשה צו לערנען אין חומש....

זר זהב האט געשריבן:דער בעסטער פותר באקומט א לייק.

זר, וואו איז דיין לייק?
בעסערס פון דעם וועסטו ווארשיינליך נישט געפינען!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:49 am
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:האט די רבי בוחר געווען דעם חתם סופר, אבער בתנאי אז ער וועט לערנען דברי יואל, נישט ויואל משה.
וכן הוה.

פארוואס נישט ויואל משה?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:53 am
דורך קאווע טרינקער
1) ווייל ס'איז א דעת יחיד
2) ענדעלט זייער צו זיין אייגען ספר "תורת משה", א בחינה פון גניבת דעת, מענטשען זענען זיך אפט טועה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:01 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:1) ווייל ס'איז א דעת יחיד

אהא, הייסט עס אז איך דארף מאכן א תענית חלום. נו נו

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:12 pm
דורך קאווע טרינקער
מהיכי תיתי
ס'איז סייווי נישט נוגע פאר היינט, ווייל כ'האב דיר שוין פריער געזען אין TASTE N TOSTE עסען א פיינע פרישטאג. סעיבל אויף א באגעט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:16 pm
דורך זר זהב
יענער איז געווען מיין צווילינג ברודער, איך בין נאך אין בעט. אחוץ אויב האסט מיר געזען אין חלום...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:41 pm
דורך גאלד
איך ווייס נישט צו ס'נאר מיר
אבער איך האב שטענדיג די סארט חלומות
אז איך בין שוין אויפן וועג צו גיין צו א געוויסער מקום
וואס איך האב גרויס השתוקקת צו גיין,
אבער איך קום קיינמאל אן אהין,
די גאנצע חלום איז נאר מניעות,
אדער בלאנדשעט מען,
אדער האלט איינער אויף
אדער דערזעה זיך מיך צוריק ביים אנהויב,
וכדומה,
און איך וועק מיך אויף זייער דיסעפויטעד,
און ס'לויפט מיר דורך א געדאנק א שאד כאמען שוין אויפגעוועקט,
אפשר ווען איך שלאף נאך אביסל וואלט איך אנגעקומען אהין,

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:49 pm
דורך זר זהב
נו דערצייל דיינע חלומות מיט מער דעטאלן

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 10:40 pm
דורך zurich
זר,וויזוי האסטו געוויסט אז דו זעהסט די חתם סופר?

Re: חלום חלמתי

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 11:30 pm
דורך ל.רוזן
זר, ביז איך האב גע'עפענט דער אשכול האב איך דיר געהאלטען פאר א קלוגער יונגערמאן

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:23 am
דורך זר זהב
zurich האט געשריבן:זר,וויזוי האסטו געוויסט אז דו זעהסט די חתם סופר?

ס'דא א באקאנטע בילד פון אים

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:21 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער די ביסט ריזיג....איך ווייס נישט צו ס'וואלט איינגעפאלען דעם חתם סופר אזא פתרון......

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:25 am
דורך קאווע טרינקער
כ'האפ נאר אז מיין סוף זאל נישט זיין אזוי שרעקעדיג פון בר-הדיא פון סוף מסכת ברכות.
א פחד פון א מעשה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:37 pm
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'נאר מיר
אבער איך האב שטענדיג די סארט חלומות
אז איך בין שוין אויפן וועג צו גיין צו א געוויסער מקום
וואס איך האב גרויס השתוקקת צו גיין,
אבער איך קום קיינמאל אן אהין,
די גאנצע חלום איז נאר מניעות,
אדער בלאנדשעט מען,
אדער האלט איינער אויף
אדער דערזעה זיך מיך צוריק ביים אנהויב,
וכדומה,
און איך וועק מיך אויף זייער דיסעפויטעד,
און ס'לויפט מיר דורך א געדאנק א שאד כאמען שוין אויפגעוועקט,
אפשר ווען איך שלאף נאך אביסל וואלט איך אנגעקומען אהין,


גם אני "בחלומי".
זייער אפט די סארט חלומות. ס'גייט נישט ווייטער, זאכן בלייבן כסדר סטאק, ביז מען וועקט זיך אויף (אין א קאלטן שווייס?) און מ'איז אינגאנצן אנטוישט אז מען האט זיך אויפגעוועקט...

אגב, ווער (בעסער, ווער נישט?) פון אונז האט שוין אמאל גע'חלומ'ט ווי מען פאלט אראפ אדער מען גליטשט זיך אויס די טרעפן און מען גיט זיך א וועק אויף מיט א שוידער?
כ'האב אמאל געהערט אז דאס מיינט מען ווארפט אראפ דעם מענטש פון הימל, און ס'איז נישט קיין גוטער סימן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:58 pm
דורך נס קאווע
ס' ארום געגאנגען א מעשה אויף א איד אז די רבי איז איהם געקומען אין חלום איז איהם איינער געגאנגען פרעגן האט ער געזאגט
מיינסט די רבי האט נישט וואס צו טוהן נאר צו קומען מיר אין חלום כ' האב מיר געחלומ'ט כ' האב כעזען דעם רבין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:20 pm
דורך אוי טאטי
זר, זאג מיר נישט אז דו ביזט דער ברעסלאווער איד׳ל פון קרית יואל- ארץ ישראל, וואס די שבת ארומגעלאפן אין וויליאמסבורג מיט עפעס א חלום פון א פרוכט בוים מעשה וואס ער האט געחלומט פון דו רבי ז׳ל, די טאג וואס מען האט פארשפארט די רביצינ׳ס שול אין ק׳י..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:35 pm
דורך עפל פאי
וואסי די מעשה? חלום? קיינמאל געהערט.