מציצה בכלי - חסידיש, דאווענען שפעט - משכיליש

האט איינער געטראכט: שטעלט אייך פאר ווען דער רבי רבי מרדכילע נדבורנער איז ווען מקיל אין מציצה בכלי ; ווידעראום די משכילים אין בערלין זענען פורץ גדר און דאווענען שפעט? וויאזוי וואלטן די רעאקציעס געווען?
קוקט אויף די צוויי דוגמאות:
"דער הייליגער רבי רבי מרדכי'לע האט אויפגעהויבן זיינע צוויי הענט און געזאגט "טאטע אין הימל, די האסטו דאך געזאגט אז מען זאל טון מציצה בפה, אבער, די טאטע האסטו דאך אונז באפוילן ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, טאטע זיסער, מיט די מויל וועלן מיר ווייטער טאן מצוות, עסן מצות און שיריים, אבער מציצה וועלן מיר לכבוד שמך יתברך מאכן מיט א כלי" דערנאך האט דער הייליגער רבי גענומען דעם כלי, און מיט אן אש קודש גענומען דעם כלי, עטוואס באזילבערט ביים שפיץ, און געמאכט מציצה מיט אזא אימפעט אז זקני החסידים האבן געזאגט, פון קיין איין ערלה איז נאכנישט אזוי עפעקטיוו ארויסגעקומען דם ממקומות הרחוקים, ווי יענע ערשטע מציצה בכלי פון אט דעם צדיק."
(אץ מוצץ בן קוצץ, ספורי צדיקים להגן מנהג צדיקים של מציצה בכלי)
והן נודע, כי הראשונים שפרצו גדרו של עולם להרוס גבול ראשונים, לאחר זמן תפלה וקריאת שמע, אשר ידוע שראשונים מסרו נפשם, ובחז"ל כתבו דברים חמורים, וביותר האריך בזה בזוהר. ובכל הדורות יהודים קמו להתפלל וותיקין. והגם שאין לנו עסק בנסתרות, הלא נודע כי בקדרותא דצפרא שכינתא מסתכלת לאנפי מטרוניתא, ואז בחינת מלכות, ואין כאן מקומו להאריך בזה. הלא הפורצים הם רשעי עמנו, מהרסייך ומחריביך, משכילי בערלין המאררים, אשר ידוע שבשעה שפרצו גדרי זמני תפלה אמר האי גאון וקדוש רבי דוד טעבליס, בהאי לישנא, "סופם לעקור גופה של תפלה". ואי לכן, עלינו להתחכם נגדם כי במקום גזירת שמד זה בכלל ערקתא דמסאני, ומה טוב חלקם של אלו אשר ישכילו לקום מוקדם בבוקר ולהתפלל עוד לפני עלות השחר. ורגיל אני לפסוק שאפילו מחצות ואילך מוטב להתפלל, מאשר ליפול חלילה ברשתם ולהיות זנב לשועלים להתפלל בזמנם ח"ו.
ולהוציא מלבם של צדוקים אמרתי לפסוק למעשה שמוטב להתפלל במטה ערום בעלות השחר, מאשר להתפלל מאוחר בזמן המשכילים, בזמן השנוא לפני המקום, וכידוע מאמרם ז"ל בימה היתה חביבה, אלא שעשוהו עבודה זרה, ויש עוד להאריך בזה, אלא שאני פה בקאנטרי לפידות ואין לי ספרים.
(ספר שו"ת הבלי הפרה)
זעהט עס נישט אויס רעאליסטיש?
איז נישט די חילוק וויאזוי מען קוקט אן זאכן אביסל בלורי, פארנעפלט, אן קיין קלארע הלכה'דיגע גיידליינס, נאר געטריבן פון חשבונות, אמביציעס, און געפילן?
ניין, איך זאג נישט אזוי חלילה, מי אנכי צו זאגן, כ'טראכט נאר. אדרבה קלערט מיר אויף.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
חכם דו! אודאי ווען רבי מרדכי'לע נדבורנער וואלט געהייסן פילעווען אין מציצה בכלי וואלטן מיר נאכגעטון, אבער ער האט דאך נישט! אודאי האט ער געזען מיט זיינע הייליגע אויגן אז א כלי איז נישט מוציא דם פון די מקומות הרחוקים. טראכט אריין, אז ער האט געוואוסט ווי דער באשעפער וואוינט און אפילו געוואוסט צו געבן אנווייזונגען ווי אזוי אנצוקומען אהין, האט ער דאך זיכער געוואוסט וואו דאס בלוט געפינט זיך. באלד וועסטו נאך פרעגן, וואס וואלט געווען ווען די גמרא וואלט געהייסן מאכן מציצה בפה.
און מיט זמן תפילה ביסטו דאך ווייטער א געהעריגער היפאקריט. דאס אליין אז די משכילים האבן זיך נישט פארלייגט אויף דאווענען נאך סוף זמן תפילה זמן תפילה איז דאך די גרעסטע ראיה וואספארא מצוה עס איז צו פארשפעטיגן, ווארום מיר האבן מקובל איש מפי איש אז לייק עטרעקטס לייק.
קאפערניקוס, אלס קומסטו אן מיט דיינע פארקרומטע שיטות. קודם האסטו אונז פרובירט איינצורעדן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, עפעס וואס יעדער פשוט'ער בר דעת וואס איז אמאל אויפגעשטאנען ותיקין ווייסט ווי דורכאויס פאלש דאס איז, ביסטו געקומען מיט דיינע אזוי גערופענע וויסנשאפטליכע שטודיעס געבויט אויף נארישע סטאטיסטיקס דירעקט מיט'ן ציל אונטערצוברענגען אונזער ריינע מסורה, יעצט קומסטו מערער זיין אויף אונזער הייליגע מנהג פון אויפשטיין שפעט און דאווענען דייקא אין די האלבע שעה נאך חצות. מיר וועלן זיך נישט לאזן פון דיר! כלל ישראל וועט זיך אנגארטלען און מיט אן עזות דקדושה ארויסגיין אין א מלחמת חרמה קעגן די אלע וואס ווילן פרובירן אונז אראפצופירן פונ'ם אויסגעטרעטענעם וועג על דרך ישראל סבא, מיר וועלן נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון אונזערע הייליגע באבעס פונדערהיים אין מארמאראש. זיי האבן טאקע נישט געקענט קיין אלף בית און געגאנגען קורצע קליידער און נישט איבערגעקוקט סטראבעריס פון ווערים, זיי זענען אבער געווען אידן!
נ. ב. איך האב געליינט דיין חתימה אלס א פארזעצונג פון דיין תגובה און עס האט מיר געקאסט א לאך

האדם לא נברא אלא להתענג
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
א גוטמארגען.
כאב מיך שוין אפגעגאסען נעגל וואסער און אזוי ווי אלע מאל האבעך מיך צוריגעלייגט אין בעט מיט מיין סעלפאן און לייענען די לעצטע נייעס און קאווע שטיבל. און קופערניקוס האט געמאכט א נייע אשכול איז זעכער אז סע דא וואס צו לייענען און האסטו אונז נישט אנטוישט.
סע ווערט שפעט און אויב איך בלייב אזוי ליגען אין בעט קענעך אנקומען צו דאווענען נאך חצות אזוי ווי איך טו אסאך מאל, און די אשכול האט מיך זייער שטארק מעורר געווען און איך גיי שוין תומ“י פאלגען וואס דו האסט געברענגט פון ספר שו“ת הבלי פרה און איך גיי דאווענען ערום אין בעט...

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, איך וויל נאר אראפ ברענגען דיין אלטע חתימה וואס פארענטפערט אסאך ״די וועלט און אלעס ארום איר דרייט זיך ארום מיר״.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
(אץ מוצץ בן קוצץ, ספורי צדיקים להגן מנהג צדיקים של מציצה בכלי)
קופערניקוס, איך וויל דיר קושען.
בנוגע תפילה אחר זמן תפילה, בין איך אויפגעצויגן געווארן מיט אזא רעסיסטישע ווארט.
חסידים דאווענען - נישט בזמן תפילה.
מתנגדים דאווענען נישט - בזמן תפילה.
און באמת זעהט מען דאס בחוש, גיי למשל אין YU, קוק ווי אזוי זיי דאווענען, דאס הייסט געדאווענט?! ר"ל, קיינער שפאצירט נישט, וכו', והוא רחום יכפר חטאים.
Under influence
קאווע טרינקער האט געשריבן:און באמת זעהט מען דאס בחוש, גיי למשל אין YU, קוק ווי אזוי זיי דאווענען, דאס הייסט געדאווענט?! ר"ל, קיינער שפאצירט נישט, וכו', והוא רחום יכפר חטאים.
דערמאנסט מיך אז איך האב געטראכט אפשר צו אפלייען פאר די נייע תהילים כולל דא אין ווילימסבורג, צו זאגען תהילים יעדן טאג און באקימען 800-1000 דאלער א חודש. האב איך אנגעריפען די נאמבער, האב'ן זיי מיר געפעקסט א גאנצע ביכל פון ניין פעיזשעס פון "תקנות" ווי אזוי מ'דארף זאגן תהילים. איינס פון די זאכן איז אז "מ'דארף זיך שאקעלען"...........