בלאט 1 פון 4

Riddles

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:56 am
דורך חכם מחוכם
איך מיין אז דערוילעם דא וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול, ווער ס'האט זאל ארויפלייגן עפעס אינטערסאנטע רידעלס,
איך בעהט א טובה סזאל זיך נישט טוהן דא א ציטירעכטס און אפפרעגערייען נאר בלויז צום ענין. יישר כח למפרע.

ובזה החלי, וואס איז דאס, דער מענטש וואס קויפט עס ניצט עס נישט און דער מענטש וואס ניצט עס ווייסט נישט אז ער ניצט עס?

תירוץ: א ארון

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:59 am
דורך חכם מחוכם
ווי מער דו נעמסט, אלס מער לאזטו איבער

תירוץ: פיסטריט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:03 pm
דורך פיקציע
חכם מחוכם האט געשריבן:איך מיין אז דערוילעם דא וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול, ווער ס'האט זאל ארויפלייגן עפעס אינטערסאנטע רידעלס,
איך בעהט א טובה סזאל זיך נישט טוהן דא א ציטירעכטס און אפפרעגערייען נאר בלויז צום ענין. יישר כח למפרע.

ובזה החלי, וואס איז דאס, דער מענטש וואס קויפט עס ניצט עס נישט און דער מענטש וואס ניצט עס ווייסט נישט אז ער ניצט עס?

תירוץ: א ארון

איך מיין אז קיין שום מענטש קויפט זיך נישט די אייגענע ארון. (אפשר ביי די גוים איז אנדערש).

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:53 pm
דורך חכם מחוכם
איך אייביג ארויף און איך קיינמאל אראפ, ווער בין איך?

תירוץ: דיין יאהרגאנג

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 6:58 pm
דורך [NAMELESS]
וואס גייט ארויף און אראפ די קארפעט און ס'ריקט זיך נישט?

וואס קען מען כאפן אבער מ'קען עס נישט ווארפען?

וואס גייט ארום די וועלט אבער ס'בלייבט אין א ווינקעל?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 7:15 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:וואס קען מען כאפן אבער מ'קען עס נישט ווארפן?


א פאטש, א ציפ (איך רעד פון עקספיריענס) ;)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:20 pm
דורך petergrifin
וואס גייט ארום די וועלט אבער ס'בלייבט אין א ווינקעל?[/quote]

postage stamp

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:27 pm
דורך petergrifin
ראשעקאל האט געשריבן:וואס גייט ארויף און אראפ די קארפעט און ס'ריקט זיך נישט?


?" The riddle goes "what goes up and down but does not move
answer carpet on the stairs

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:52 pm
דורך קאווע טרינקער
מענטשן צאלן הנאה צו האבן דערפון א באשטימטע פרייז, סיי צו מ'האט נאר הנאה דערפון 6 מינוט סיי צו מ'האט הנאה דערפון א שעה!
דר'עולם וויל פערטיגען דערמיט ווי שנעלער, און מ'רעגט זיך ווען ס'נעמט לאנג.
די פרייז איז אייביג די זעלבע.
וואס איז דאס?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:58 pm
דורך דעת תורה
די טאלל.

דערמאנסט מיר וואס איך האב געהערט פון איינעם וואס האט זייער הנאה ווען סאיז דא טראפיק אויפן וואשינגטאן בריק און דער וועג נעמט לאנג, ער טענה'ט, אז איך צאל שוין יא די 12 דאלער לאמיך הנאה האבן דערפון אויכעט...

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 1:38 am
דורך טשולענט
וואספארא זאך איז דאס?

עס איז רויט און עס פארט ארויף און אראפ?


ענטפער: א טאמאטע אין א עליוועיטער

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 1:45 am
דורך זר זהב
צו טיעף

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 8:38 am
דורך MickyMouse
טראכט א 3 דידזשיט נומער הויך צו נידריג לינקס צו רעכטס. זאל זיך נישט ענדיגן מיט א 0. עקזעמפל 321.
דריי ארום די נומבערס 123. רעכן אראפ פון די העכערע. 321-123 = 198. יעצט דריי ארום צו 891. רעכן צוזאם. 198+891=1098.
נישט קיין חילוק וועלכע 3 נומבערס די האסט געטראכט וועסטי יעצט האלטן ביי 1098.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:21 pm
דורך מאטי
פארוואס זאגסטו ס׳זאל זיך נישט ענדיגן מיט א 0 ? ס׳ארבייט אפילו מיט א 0 .
למשל
540
45-
495=
594+
1089=
די איינציגסטע נומערן וואס ארבייט נישט איז אויב די ערשטע מיט די לעצטע נומבער זענען נאר אפגערוקט איינס למשל 100 110 112 122 322 443 433 אבער אלץ בלייבסטו סטאק ביי 99

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:45 am
דורך טשולענט
געפין אויס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 2:20 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:52 am
דורך ציבעלע-קיגל
לאמיר זעהן וויפיל חברה געדענקען דעם riddle.

וואס איז דאס?
שטייט אויפ'ן דאך...
האט צוויי פיס...
מאכט קו קו רי קו...
און עס איז נישט א האן...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:55 am
דורך קאטשקע
ברסלב'ער?

וואס האט דער קאטשקע געזאגט פאר דער טשיקען, ווער ער האט געקראסט דער ראוד?

אפשר ברענגט מען אהער אלע לעפפי טעפפי דזשאוקס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:18 pm
דורך זאל_זיין
האסט דריי פארמאכטע טירן און מזאגט דיר אז אינטער איינע פון זיי ליגט א מיליאן דאלער טשאס איינס און סאיז דארט די געלט געווינטסטו עס און לעטס סעי די טשאסט לאמיר זאגן טיר נומער 3 נאך דעם עפען איך אויףטיר נומער 2 און איך ווייז דיר אז דאס געלט טיז נישט אונטער טיר נומער 2 יעצט סאיז אדער אונטער נומער 3 -1 ריכטיג
יעצט גיב איך דיר אן אפטשעןצו טוישן דיין טשאוס פון טיר נומער 3 צו נומער 1 שאלה איז צו סלוינט זיך צו סוויטשען???
אין אדער ווארטס ווי האסטו א בעסערע טשענס צו ביים בלייבן ביי נומער 3 אדער סוויטשען צו1

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:57 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:01 pm
דורך ציבעלע-קיגל
וואס פאר א זאך איז דאס?

דער וואס מאכט דאס, דארף דאס נישט...

דער וואס קויפט דאס, וויל עס נישט...

דער וואס נוצט דאס, ווייסט נישט אז ער נוצט עס...

ענטפער: א ארון

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:22 pm
דורך יאיר
העי, וואס זאגסטו אויס? כ'האב געוואלט געסן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:25 pm
דורך ירח בן יומו
וועלעכע זאך ווארפט מען ארויף הויך אין די לופט און עס בלייבט דארט שטיין?


א שטיין