בלאט 1 פון 1

אינזער סביבה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:46 am
דורך מצב הדור
כדי צו ארבעטן היינט-צו-טאג אין אמעריקע, נויטיקט מען זיך ניט בלויז אין פעאיקייט, נאר אויך אין אנדערע טאלאנטן. אויב מ'וויל איבערלעבן דעם מאדערנעם ארבעטס-טאג אן אראפצוגיין פון זינען, מוז מען זיין סיי א שטקיל פסיכאלאג סיי א שטיקל טעאטער-קריטיקער. די היינטיקע מענשן האבן, ווייזט-אויס, פארגעסן ווי אזוי זיך צו באציען איינער צום אנדערן אן שום מאסקע. ווי גוט און ווי אפט מ'שפילט א ראלע ווענדט זיך, ווער ס'זיינען זיינע צושויער. פון איצט אן, ווען איר לייגט-אריין דעם ,לאנטש' אין זעקל, פארגעסט ניט אריינצולייגן אויך די אפישקע אין דער טעקע.
יעדן טאג האנדלט יעדערער ביי דער ארבעט מיט אזעלכע פארשוינען פון די פאלגנדיקע קאטעגאריעס. אט האט מען א צאל ארכעטיפן, וואס אלע זעען טעגלעך ביי דער ארבעט.

דער קוועטשער:
אזא פארשוין איז גרינג צו דערקענען. ביי אים איז די מינע תמיד א קרומע. באמערקונגען, וואס זיינען טיפיש פאר אזא פערזאן זיינען: ,כ'ווייס ניט, וואס ס'טוט זיך מיט די אלע פארשוינען' און ,פארוואס קאן מען ניט מאכן קיין קאקאמייקע, וואס טוט, וואס זי זאל טאן?'
דער מבין:
דער מבין איז אן אלץ-ווייסער; ער איז ,א וויסער, וואס ווייסט און א קענער, וואס קען'. היינט-צו-טאג איז אזא טיפ כמעט ווי שטענדיק יונג און אומדערפארן. פראסט, פשוט או בקיצור: ער איז א פישער, וואס ווייסט בעסער פון אלעמען און ווייסט ווי אזוי אייך צו ראטעווען פון אייער אומפעאיקייט. אזא פארשוין ווייסט בעסער ווי איר ווי אזוי צו טאן אייער ארבעט און אויך יעדע אויפאבע. זיין מעטאד איז שטענדיק דער איינציקער און דער בעסטער.
די שלאנג:
אזא טיפ פארמאגט צוויי פנימער און רעדט מיט צוויי מייליער. די שלאנג שטייט תמיד הינטער זיינע מיטארבעטער, כדי אריינצושטעקן דעם קרבן אין רוקן מיט א זשילעט, וואס ער האט תמיד ביי זיך אין קעשענע.
דער נעבעכ(דיקער):
אזא פעטשעטשע איז א קרעכצער און א וויינער; ער איז א שליממזל, וואס כאפט קיינמאל ניט דעם עיקר און אויך ניט דעם שניט. אים דערקלערט און קלערט מען אויף ווידער און אבער די זעלבע אונטערריכטונגען און ער באנעמט זיי קיינמאל ניט. ער איז א היינטיקער משה קאפויער.
די יענטע:
אן אייביקער פארשוין. זי ווייסט, וואס ס'טוט זיך ביי יעדערן אין הויז און אויך אין די הויזן! איר גרעסטער טאלאנט ליגט אין איבערטרייבן און פארשפרייטן די שרייענדיקע נייעס. זי האט א שוועסטער יאכנע, וואס איז נאך ערגער!
דער קאמיקער:
אלע מאל הערט מען אים נאך איידער מ'זעט אים. ס'איז שטענדיק צו שפעט צו אנטלויפן. ער האלט, אז זיינע וויצן זיינען די קאמישסטע אויף דער וועלט און זיי זיינען ווי כמעט תמיד גראב און ניט שפאסיק. ס'איז אים אוממעגלעך גרינגצושעצן.
דער נודניק:
אזא פארשוין נודיעט יעדן איינעם מיט גלייכבארעכטיקונג און אן שום אויסנאמען. ער דערציילט ווידער און אבער די זעלבע, לאנגווייליקע מעשהלעך.
איצט, אז איר קענט די אלע ארכעטיפן, קאנט איר שטעלן אייער ווערסיע פון דער מוזיקאלישער בינע-קאמעדיע ,ווי אזוי צו האבן אן קיין מי גרויס דערפאלג אין דער געשעפטס-וועלט' אדער אויפפירן די בינע-ווערסיע פונעם גאלדענעם ליטערארישן שלאגער ,ווי אזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן לייטן'
yiddish moment

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:47 am
דורך קאווע טרינקער
גענומען פון?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:48 am
דורך מצב הדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:גענומען פון?
איך שרייב דאך פין ווי
http://www.yiddishmoment.com/1508150615 ... 81503.html

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:54 am
דורך קאווע טרינקער
link please

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:50 pm
דורך berlbalaguleh
מצב הדור האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:גענומען פון?
איך שרייב דאך פין ווי
http://www.yiddishmoment.com/1508150615 ... 81503.html

יא. אבער וואס האסט דו מחדש געווען דא. וואס איז דיין "טעיק" אויפ'ן גאנצן ענין דא. חוץ פון צו ברענגען אן אויסצוג פון אן אלטן זשורנאל אין א אידיש דיאלעקט וואס ווערט היינט כמעט נישט באנוצט.