בלאט 1 פון 1

ביטע ליינט די פרישע מעלדונג פון די הנהלה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:45 pm
דורך גבאי שני
די הנהלה האט געשריבן א פרישע מעלדונג איבערצו'חזר'ן אלטע און נייע פרינציפן אין "קאווע שטיבל". ביטע מאכט זיכער עס דורכצוליינען, און גלייכצייטיג מאכט שוין חזרה אויף די פריערדיגע מעלדונגען:
viewtopic.php?p=60056&f=12#p60056

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:11 pm
דורך ראשעקאל
אקעי. איך גיי ליינען. כ'האף נישט עפעס שרעקעדיגע נייע גזירות

פריוואטער פארום

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 11:28 pm
דורך Shmilly
וואס טיט זיך מיט איינער וואס ער האט נישט די פעדער צו שרייבען מער וויא צוועליף ווערטער?
איך רעד שוין נישט פון 100?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:40 am
דורך טעפל
גערעכט, א גוטע שאלה....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:42 am
דורך יאנקל
Shmilly האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט איינער וואס ער האט נישט די פעדער צו שרייבען מער וויא צוועליף ווערטער?
איך רעד שוין נישט פון 100?

און וואס טוט זיך מיט איינעם וואס קען נישט לייענען? דארף מען צושטעלן אן אוידיא ווערסיע פון קאווע שטיבל?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:49 am
דורך טאמבל סאס
און איינער וואס קען נישט זען און הערן, דארף מען אפשר צושטעלן א ברילל ווערסיע. און מ'וועט ציילן די בּאבּעלעך. 1000 באליס. און מ'איז אינעווענדיג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:21 am
דורך שמעקעדיג
איינער וואס קען נישט זעהן און הערן, דארף נישט צוקומען צו מאחורי הפרגוד, ער ווייסט דאך נישט פון די גאנצע מעשה טו ביגין וויט..
ס'הייבט זיך דאך אלעס אן מיט די אויגן. עין רואה. והלב חומד. וכלי מעשה גומרים.
מיט שמירת עינים איז קיין נסיונות (כמעט) נישטא.

אגב האב איך שוין לאנג געוואלט פארשטיין ווי אזוי אברהם אבינו האט געקענט לעבן מיט שרה, און הערשט געוואויר געווארן אויף דער עלטער "עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את". ווי אזוי ארבעט דאס?
אדער טאר מען נישט פרעגן קשיות אויף די הייליגע אבות?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:55 am
דורך געפילטע פיש
די תירוץ איז אז די פסוק האט א פשוט פשט אויך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:59 am
דורך קאווע טרינקער
ביז דאן האט ער געמיינט אז שרה איז שיין אין זיינע אויגן
אבער ער האט געזעהן וויאזוי אין אנדערע לענדער איז זיך אויך שטארק ווילענדיג, האט ער פארשטאנען אז זי איז בעצם שיין.
הג' אברהם קורמאן זצ"ל איז דאס שיין מסביר
זעה אויך זיין הסבר אויף "בת כ' כבת ז' ליופי"

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:21 pm
דורך באשטעטיגט
א דריי מיטן נאז קען זיין מער ווי 100 ווערטער :? קען מען דאס רעכענען ?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:15 pm
דורך לעיקוואד
לגבי אברהם אבינו איז דא וואס לערנען אז הנה נא ידעתי גייט ארויף אויף מקומות המכוסים נישט אז ער האט נישט געקוקט אויף איר בכלל.
אויב ווילסטו א חסידישער תירוץ עי' נועם אלימלך וואס איז מסביר וואס א צדיק וואס האט בכלל נישט קיין תאוות טוט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:18 pm
דורך ראשעקאל
באשטעטיגט האט געשריבן:א דריי מיטן נאז קען זיין מער ווי 100 ווערטער :? קען מען דאס רעכענען ?

איך מיין אז ווען די וועסט בעטן רשות פאר מאחורי וועט די מנהל אויך דרייען מיט די נאז... :?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:58 pm
דורך באשטעטיגט
לייק

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:26 pm
דורך פיקציע
וואס זאגן די חברים (נישט די גבאים) וועלכע האבן צוטריט אינטערן פארהאנג, לוינט זיך איינצושרייבן אריינצוגיין מאחורי הפרגוד?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:31 pm
דורך לעמיל
טריי עס אויס אז עס וועט נישט זיין אינטערסאנט וועסטו נישט אריין גיין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:32 pm
דורך גאלד
חבל דא איז נישטא קיין לייק אפשען פילע הודעות קומט זיך ערליך איינס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:41 pm
דורך פיקציע
לעמיל האט געשריבן:טריי עס אויס אז עס וועט נישט זיין אינטערסאנט וועסטו נישט אריין גיין

מ'קען זיך איינשרייבן פאר א צייטווייליגע פעסס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:51 pm
דורך לעמיל
אויב געפעלט דיך עס נישט קענסטו אייביג בעטען די הנהלה איך גלייב אז זיי וועלען דיך אויסשפארען אויב דו וועסט שטארק בעטען...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:52 pm
דורך זר זהב
אבער בעפאר'ן אויסשפארן פרעגן זיי עטליכע פראגעס צו מאכן זיכער אז ביזט טאקע א גרוש...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:05 pm
דורך פיקציע
גאלד האט געשריבן:חבל דא איז נישטא קיין לייק אפשען פילע הודעות קומט זיך ערליך איינס

:like