אונזערע אפיקורסים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:56 am
דאס האבעך באקומען אויף אימעיל און הנאה געהאט, ווילעך מהנה זיין אנדערע:
אטעאיזם איז זייער א שטארק באנוצטע ווארט, אויך וואו עס קומט נישט אריין. ווער נאר עס גייט נישט אין שפאן און זאגט עפעס וואס געפעלט נישט דעם וואס נעבן אים, און דער לעצטער האט אים נישט וואס צו ענטפערן, דאן ווערט יענער שוין פארשריגען אלס אומגלויביגער.
מיר וועלן אנהויבן מיטן אומגלויביגער. יענער טענה'ט בכלל נישט מיט דיר פון גאט, ווייל לויט אים איז דאס בכלל נישט ווערט קיין דיסקוסיע, ווייל ער רעדט נישט פון קיין זאך וואס לויט אים איז בכלל נישט פארהאן. פון די סארט זיינען פארהאן גאר קנאפ, ווייל דער געווענליכער אטעאיסט פון וואס מיר ווייסן, האלטן אויך אז עס איז פארהאן עפעס העכערע כוחות.
עס איז אויך פארהאן די וואס נוצען אטעאיזם אלס אן ענטפער צו זייערע מעשים. די האבען נישט קיין קשיות אויף גאט, נאר זיי האבן גאר א תירוץ אויף אלעם וואס זיי טוען, און ווען מען האלט זיי פאר דאן שרייען זיי אז גאט, גאט, גאט און מען שאקעלט זיך אפ פון זיי, און דאס איז דער היימישער אטעאיסט פון וואס דער היימישער עולם ווייסט.
דאן איז פארהאן דער מיטגעמאכטער. אז דער באשעפער האט מיר אזוי און אזוי געטוהן, און ער העלפט מיר נישט ווען איך בעט אים, דאן בין איך (ח"ו) גערעגט אויף אים. פארוואס טוט ער דאס אלעס צו מיר? און נאכדעם וויל ער נאך אז איך זאל גלייבן אין אים? דער איז א גענצליך גלויביגער, ווייל ווען אלעס וועט גיין בערך ווי ער האט פארגעשריבן פאר גאט, דאן וועט ער אים נישט אויפהערן לויבן ווי גוט גאט איז.
דאן איז פארהאן דער וואס גייט אים בערך גוט אבער ער האט זאכן וואס ער וויל פארשטיין, און ווען ער קריגט דעם ריכטיגן ענטפער דאן איז ער אזוי כמעשה'דיג צופרידן און ער גייט זוכען א פרישן קושיא און ווען ער האט נישט קיין קושיא דאן וועט ער זיצן אין רעסטאראנען און עסן פיינע פליישן און טרינקען גוטע וויינען, ווייל בערך גייט אים אלעס גוט.
די ערגסטע זיינען די וואס קומען אויף מיט קרומע קושיות און ווילן נישט אין קיין פאל קריגן אן ענטפער דערויף, די וועלן דיר דעם קאפ פארדרייען מיט די קרומסטע און נארישסטע פראגן, אבער ווען מען וועט זיי פרובירן צו העלפן, דאן וועלן זיי זאגן "ענטפער מיר נישט", קלוגערע פון דיר האבן מיר נישט געקענט ענטפערן. די זענען פארוואגעלטע נשמות, וואס אין קיין פאל וועלן זיי נישט קענען זיין צופרידן, ווייל זיי ווילן ניטאמאל אז מען זאל זיי העלפן.
עס זיינען פארהאן די וואס האבען אמונה פשוטה און דאס לעבן זייערס גייט אוואו עס גייט, און מען רעגט זיך אויף די ארומיגע אנשטאט עס אויסגעבן אויף גאט. ווייל אני מאמין שטייט נאר אויף גאט און די ווייב און קינדער זיינען נישט גאט, אלזא אלעס וואס גייט מיר נישט גוט, האב איך סייווי אויף וועם אויסצוגעבן און איך בלייב גוט מיט גאט.
די מענטשן וואס האבן נישט אמונה פשוטה זיינען א פאלק פאר זיך. זיי גלייבן הונדערט פראצענט אז עס איז דא א גאט, אבער זיי ווילען נאך אלץ פארשטיין וויאזוי דער סיסטעם ארבעט. ער פרעגט קושיות, ווייל ער וויל ווייטער גלייבן, ער וויל פונקטליך פארשטיין די וואונדער פון די בריאה, ער וויל ווייטער ערקלערן פאר מענטשן ווי וואונדערליך גאט איז.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל.
(אלע פון די אויבען געשריבענע, אויסער דער מיט די אמונה פשוטה, הייסען אטעאיסטען אין אונזער געמיינדע)