בלאט 1 פון 2
מסע המלכות, נישואי נכד כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בארה"ק
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:08 pm
דורך פרענטש וואנילע
טראץ וואס ס'נאך דא צוויי מיט א האלב חדשים צו די גרויסע חתונה פון נכד מרן רבינו (מהרי"י) מסאטמאר שליט"א, דאך גייען שוין אן די הכנות מיט'ן פולן טעמפא, פילע הונדערטער אידן האבען שוין איינגעקויפט טיקעטס מיטצוהאלטן דעם הערליכן מלכות'דיגע נסיעה, און דעם שמחה, אנדערע הונדערטער זענען פארנומען צו "ארום-שאפען" ביליגע טיקעטס און ס'פארמירן זיך גרופעס צו קענען פארען אינאיינעם אין דער זעלבער צייט באקומען א הנחה, אכסניות אין ירושלים ווערען צוכאפט מיט יעדע טאג וואס גייט אדורך, די הכנות גייט אן מיט די פולע ברען, ווען די מאסן חסידים תלמידים וידידים גרייטן זיך מיטצוהאלטן בשמחת רבם ומאורם, קול רנה וישועה באהלי צדיקים!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:10 pm
דורך קאווע טרינקער
פולען טעמפא
פולע ברען
ערשט איז דא א ברען, און פון א ברען קומט ארויס א טעמפא
- מיסודי המדע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:13 pm
דורך אבי גערעדט
צימעס ביטע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:26 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:04 pm
דורך פרענטש וואנילע
אבי גערעדט האט געשריבן:צימעס ביטע
פארוואס, על שם העתיד? אפשר וועט זיך דאך א אשכול "פאר א טשעינדזש" האלטען נארמאל צום ענין?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:06 pm
דורך שמעקעדיג
צימעס האט נישט צו טון מיט אשכולות וואס האלט זיך צום ענין אדער נישט. (דארטן דארף מען זיך אויך האלטן צום ענין).
צימעס איז א אפטיילונג פון חסיד'ישע פאליטיק אדער ענליכע ענינים וועלכע אינטרעסירט בלויז גאר א קליינעם טייל פונעם עולם דא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:12 pm
דורך עפל פאי
פארראכטן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:15 pm
דורך פרענטש וואנילע
הייסט עס אז אזא אשכול ווי "ניר בן ארצי", אדער "לוסטיג פארט קיין א"י", אדער "געז גניבה" וואס אינטרעסירט "יעדעם", דאס געהערט דא, אבער דער אשכול געהערט אין צימעס... איך הער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:25 pm
דורך שמעקעדיג
ווער עס פארשטייט פארשטייט...
אבער דאך, לאמיך פרובירן מסביר'ן:
קיין איין זאך אינטרעסירט נישט פאר "יעדן", אבער קען זיין אינטרעסאנט פאר יעדן.
משא"כ חסידות נייעס איז בכלל נישט נוגע און אינטרעסאנט פאר א פרעמדן פון דעם חסידות.
אדרבה, לדעתך, ווי אזוי פארשטייסטו מיינט "צימעס"?
צו פארשטיין בעסער, לאמיר מעתיק זיין דאס ווארט פון די הנהלה אויף "צימעס" פארום:
אין די לעצטע צייטן האבן זיך פארמערט חברים וועלכע האבן א געשמאק צו דיסקוטירן פארשידענע נייעסן אינערהאלב דער געזעלשאפט און אזוי אויך פאליטיק פון פארשידענע חצרות. מיר האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט – אדרבא, דאס זענען זאכן וואס פארנעמען דעם סדר היום פאר פילע מענטשן, און ווער עס וויל שרייבן און לייענען איבער די ענינים דארף אויך טרעפן א מקום אין "קאווע שטיבל".
די זאכן קענען אבער זיין א שטער פאר פילע טייערע חברים וועלכע זענען נישט אינטערעסירט אין די סארט שמועסן, און ווילן טרעפן אין "קאווע שטיבל" בלויז רואיגערע און מער קאנקרעטע שמועסן. צו טרעפן דעם ריכטיגן באלאנץ צווישן צושטעלן פאר אלע חשוב'ע חברים אן ארט וואו זיך צו קענען אויסשמועסן און היטן אויף דעם געשטעל פון "קאווע שטיבל" האבן מיר צוגעשטעלט אן אנקעטע, וואו אן איבערוויגנדער מערהייט פון אונזערע אקטיווע מעמבערס האבן געשטימט אז מיר זאלן טאקע צושטעלן א פארום פאר די סארט נייעסן, אבער מיט דער תנאי אז מען זאל זיך אנשטויסן אין די שמועסן בלויז אויב מען גייט אריין אין דעם פארום דירעקט, נישט ווען מען בליקט איבער די "אקטיווע אשכולות".
טוען מיר דעריבער היינט פארשטעלן פאר אייך דעם נייעם פארום מיט'ן נאמען "צימעס", וואס וועט דינען דעם ציל פאר די סארט שמועסן, "מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן." דער פארום איז דער לעצטער פארום אין דער "פארברענגען" אפטיילונג, און מיטצוהאלטן די דארטיגע שמועסן מוז מען אריינגיין אין דעם פארום דירעקט, נישט דורך "אקטיווע אשכולות".
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:03 pm
דורך מיקוה נייעס
געהערט אז די עידה גייט מאכן אן עצרת די טאג וואס ער קומט אן און ער גייט רעדן דארט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:03 pm
דורך היסטאריקער
א שאד עס איז נישט געווען קאווע שטיבל ווען רבינו הב״מ זצ״ל איז געפארן אויף א״י
מ׳ וואלט ווען געקענט מאכן קאפי און פעיסט פון אלע מחאות קעגן די עלי' בחומה פן אזופיל יודען אויף אמאל
דעמאלס האט מען דאס געהערט פון די אלע וואס גרייטן זיך יעצט מיט גרויס עקסטאז מיטצופארן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:11 pm
דורך קלאר
מיקוה נייעס האט געשריבן:געהערט אז די עידה גייט מאכן אן עצרת די טאג וואס ער קומט אן און ער גייט רעדן דארט
עס איז דא א עצרת בעפאר יעדע וואלען
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:19 pm
דורך קלאר
יעקב בער בן מהרז''ל זאגט אז מען גייט די ברעכן א רעקארד פין פראפאגאנדע
וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן
מ'גייט איינפשאנען פין די שפיצערס ביז יצחק ווייס (אנן מהכה ואתון מהתם)
מען טרייבט יעצט אויף געלט פאר די מערכה פין די מסע המלכות אין פאר יעדע מוסד וואס וועט זיך צושטעלן
דער איד האט שוין די וואך א ביילאגע מיט קאלירטע עדס פונעם גרויסען וועד האש''ל אפיס וועלכע גארנטירן די ציפרידענהייט פין אלע מיטפארער
ספיעציעלע פרייז פאר טיקעטס אין האטעלן אין גאר באקוועמע סערוויסעס
איך וויל נישט מאריך זיין ווייל די אשכול איז פאר סאם ריזאן נאכנישט אין צימעס
בקיצור, מישקאלץ פין פתח תקוה וועלן זיך קענען פארשטעקן פאר די זאלונישע פראפאגאנדע
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:33 pm
דורך לעמיל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:54 pm
דורך שעפטל
כ'האף ס'וועט נישט געקענסלט ווערן וועגן די מצב אין מדינת ישראל יעצט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:58 pm
דורך קלאר
צהלי ורוני
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:00 pm
דורך מ גפני
קלאר האט געשריבן:צהלי ורוני
א שמואל שפיצער ארבעט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:03 pm
דורך קלאר
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:10 pm
דורך אבי גערעדט
גראדע, פון "דער איד" די וואך זעט אויס אז דער ציבור חסידי מהרז"ל באגרייפט נאכנישט די גרויסקייט פון די נסיעה. מ'דארף נאך מסביר זיין מיט פול קאלערד עדס אין לאנגע ארטיקלען די גרויסקייט פון די נסיעה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:10 pm
דורך עפל פאי
א שיינע פיעס, כ'ווער משוגע פאר דעם.
ליגט דא אסאך קאפ
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:15 pm
דורך קלאר
אבי גערעדט האט געשריבן:גראדע, פון "דער איד" די וואך זעט אויס אז דער ציבור חסידי מהרז"ל באגרייפט נאכנישט די גרויסקייט פון די נסיעה. מ'דארף נאך מסביר זיין מיט פול קאלערד עדס אין לאנגע ארטיקלען די גרויסקייט פון די נסיעה.
עס לויפט שוין ארטיקלען פאר חדשים לאנג לכבוד די נסיעה וואס גייט הערשט זיין שבט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:16 pm
דורך לעמיל
צומעס (הייד פארק) בתקפו
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:38 pm
דורך שרייבער
שעפטל האט געשריבן:כ'האף ס'וועט נישט געקענסלט ווערן
איז נאך דא א באבע אין די משפחה?