בלאט 1 פון 1
פארוואס האבען קרית יואלער געוואוט פאר אבאמא??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
אין "וואס איז נייעס" איז דא א אינטערסאנטע
ריפארט אז טראץ דעם וואס אין די וואוטס פון 2008 האט נאר 10 פראצענט פון קרית יואל געוואוט פאר אבאמא, האבן יעצט א ריזיגע עולם געוואוט פאר אבאמא. 1,904 פאר ראמני און 1,442 פאר אבאמא. די ריפארט טענה'ט אז דאס איז וועגן די ציונים האבן געשטיצט ראמני האבן די אנטי ציוניסטישע סאטמארע פון קרית יואל דוקא יא געוואו'ט פאר אבאמא.
איך מיין אז עס קען זיין אנדערע סיבות
1. קען זיין די עולם האט איינגעזעהן אין פאקט זענען די דעמאקראטען די וואס געבן די פראגראמען
2. קען זיין די עולם איז בכלל געווארען "אויפגעקלערט" , און איך האב באמערקט אז די אויפגעקלערטע אויבערחכמים האבן געוואוט פאר אבאמא
3. קען זיין די עולם האט פיינט ראמני ווייל ער איז א מארמאן
אדער אפשר אנדערע סיבות
וואס האלט די עולם?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:31 pm
דורך זר זהב
די ערשטע סיבה איז ריכטיג.
דיין 2'טע סיבה איז ראנג בכלליות. דעמאקראטן געבן נישט מער ווי די רעפובליקאנער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:34 pm
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:40 pm
דורך קפנדריא
אצינד איז דאס א קידוש ה' ווייל דער פרעזידענט [עלעקט] אובאמא זעט אז געוויסע אידן האבן יא געשטימט פאר אים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:די ערשטע סיבה איז ריכטיג.
דיין 2'טע סיבה איז ראנג בכלליות. דעמאקראטן געבן נישט מער ווי די רעפובליקאנער.
וואס מיינסטי מיט מיין ערשטע סיבה?? אז ס'האט צוטוהן מיט ציונית?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:08 pm
דורך ווייס ווי שניי
קפנדריא האט געשריבן:אצינד איז דאס א קידוש ה' ווייל דער פרעזידענט [עלעקט] אובאמא זעט אז געוויסע אידן האבן יא געשטימט פאר אים.
דו האלטסט אז אבאמא גייט וויסן אז אפאר אידען פון קרית יואל האבן געוואט פאר אים ??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:08 pm
דורך אבי גערעדט
הגם די עסקנים וואלטן געקענט באשטיין אז מער קרית יואל'ע אידן זאלן וואוטן פאר אבאמא, אז מ'זאל עס קענען ברייט פארשפרייטן אין די גאס.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:14 pm
דורך קפנדריא
ווייס ווי שניי האט געשריבן:קפנדריא האט געשריבן:אצינד איז דאס א קידוש ה' ווייל דער פרעזידענט [עלעקט] אובאמא זעט אז געוויסע אידן האבן יא געשטימט פאר אים.
דו האלטסט אז אבאמא גייט וויסן אז אפאר אידען פון קרית יואל האבן געוואט פאר אים ??
היינט מיט א וועלט פון
נעץ און
וועב קען מען נישט וויסן, איינמאל ס'איז אויף איין נייעס סייט אין ענגליש באקומט עס פליגל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:22 pm
דורך עפל פאי
אונזער פרעזידענט האט ליב אלעס צו וויסן וואס עס איז נוגע צו אים, אין יעדע שפראך וואסי נאר שייך.