בלאט 1 פון 7
אלטע נייעס...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:47 pm
דורך זר זהב
ניין ס'נישט קיין אקסי-מאראן, וויפיל מאל הערט מען מענטשן פרעגן: נו האסט עפעס פרישע נייעס? וויאזוי קען עפעס וואס איז "ניי" נישט זיין פריש? נאר וואס דען, פשט איז אז נייעס בלייבט אייביג נייעס אפילו ס'שוין אלט, ווייל למעשה איז עס אמאל געווען אין די נייעס. איז 'נייעס' געווארן א ווארט בפני עצמו, ס'האט גארנישט מיט די ווארט "ניי" צוטין. אזוי אזוי אימיר מיט'ן אייבירשטענ'ס הילף, אזוי אימיר בייגעפאלן.
-------
ברעיקינג אלטע נייעס!! א קליינער פליגער האט אריינגעקראכט אין א הויכן רעזידעטיעל בילדינג אין מאנהעטטען, באריכטן געבן איבער אז דער באוויסטער ספארטס שפילער
קארי ליידעל מיט זיין פילאט זענען אומגעקומען.
אין אנדערע אלטע נייעס זאגן באריכטן אז מ'האט אנדעקט סאדאם כוסעין אין איראק באהאלטן אין א לעכל.
-----------------
סטעי טונד פאר מער באריכטן.
פאר ברעכענדע אלטע נייעס קומט מען צו די אשכול!
מיר זענען די ערשטע (און די לעצטע...) צו באריכטן איבער די אלע אלטע נייעסער!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:53 pm
דורך זר זהב
ברעיקינג! עליאט ספיצער גייט רעזיגנירן פונעם גאווערנער אמט. דעטאלן זענען דערווייל סקעטשי.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:59 pm
דורך זר זהב
א רוסישער סובמארין האט עקספלאדירט און געזינקען מיט 118 מענטשן דערינען אין די וואסערן צווישן רוסלאנד און נארוועגיע. רוסלאנד האט געוואלט באהאלטן די ''נייעס'', און נישט צוגעלאזט הילף פון אנדערע לענדער. אלע 118 זענען געשטארבן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:02 pm
דורך זר זהב
מיר ווילן בעטן דעם עולם, אויב ווייסט איר פון עפעס אלטע נייעס, ביטע באריכט עס דא פאר'ן ציבור. א דאנק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:05 pm
דורך יידל
זר, דו האסט געניאלע איינפאלן. אגב, א לינק צו די נייעס אין די אלגעמיינע מידיא איז אייביג עפרישיעיטעד...
---
ברעיקינג, נאצי דויטשלאנד אינוואדירט פוילן!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:06 pm
דורך זר זהב
אקעי, ווילסט איך זאל לינקען צו א ניוזפעיפער באריכט אדער צו וויקיפידיע?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:12 pm
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:http://www.theonion.com/articles/breaking-fbi-receives-credible-information-about-t,29516/
LOL ITS GOOD
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:22 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:אקעי, ווילסט איך זאל לינקען צו א ניוזפעיפער באריכט אדער צו וויקיפידיע?
א ניוזפעיפער...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:30 pm
דורך זר זהב
אקעי,
דא האט איר די טיימס באריכט איבער קארי ליידל פלעין קראך.
און
דא איבער סאדאם כוסעין.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:52 pm
דורך זר זהב
דער "אור כשדים גאזעט" איז געווען אזוי איינזייטיג?... א פאלשער באריכט!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:09 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:דער "אור כשדים גאזעט" איז געווען אזוי איינזייטיג?... א פאלשער באריכט!
מידיא בייעס איז אלטע נייעס!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:11 pm
דורך זר זהב
גוט!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:48 pm
דורך משה געציל
יאנקל האט געשריבן:פון "אור כשדים גאזעט"
מיט שאק איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז אברהם בן נמרוד, קענטיג דערביטערט אז יצחק'ס אמת'ן אפשטאם פון אבימלך יר"ה איז באקאנט געווארן,
כא כא
דו לץ איינער... די על-פלשתאי באריכטעט אז נאך א גרינטליכע אויספארשונג פון א גרופע גנעטיגער שטעלט זיך ארויס אז די גינעטישע שטריכן אויף יצחק׳ס געזיכט טוט קלאר אנדייטן אז ער האט די זעלבע שטריכן ווי אברהם און נישט פון אבימלכ׳ן. די וואס ווילן אראפ דערזען אבמילכ׳ן פון בענקל האבן פאברעצירט א פרישע טעאריע אז נעמליך ווען שרה איז געווען מיט אבימלכ׳ן האט זי געטראכט פון אברהם ממילא איז נישט קיין באווייז אז דאס איז זיין קינד. למעשה זענען די ווינסשאפטלער יא ביים מיינונג אז דאס קינד איז אברהמ׳ס זאגענדיג אז עס איז נישט נאר סתם גענעטישע שטריכן וואס טון אנטיידן אויף אברהם, נאר דאס גאנצע אויסשטעל פונם געזיכט (קלסתר- ווי עס ווערט אנגערופן אינעם סייענטיפישן שפראך) איז פון אברהם וואס דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומן דורך א צווייטן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:59 pm
דורך sunbar
קען זיין דאס באלאנגט אין מאחורי... אבער, איך הער אז עס טוט זיך יעצט מיט פרעזידענט קלינטאן עפעס א מעשה מיט איינער פון זיין ווייסע הויז שטאב? ??
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am
דורך זר זהב
sunbar האט געשריבן:קען זיין דאס באלאנגט אין מאחורי... אבער, איך הער אז עס טוט זיך יעצט מיט פרעזידענט קלינטאן עפעס א מעשה מיט איינער פון זיין ווייסע הויז שטאב? ??
אלטע נייעס! ביזט אינעם גוטן אשכול.
---------
איין רגע, ברעיקינג אלטע נייעס! א מעכטיגער
ערדציטערניש אין באם איראן, 30,000 טויט. אמעריקע שיקט הילף.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:15 am
דורך sunbar
איך ווייס נישט פאר וועמען צו וואוטן. ווער וועט בעסער קעיר נעמען פון א קאטאסטראפע? בוש אדער גאור? נאך אלע מעשיות, איז גאור לכאורה בעסער ווייל ער איז די וויצע. קוקטס ווי גוט די עקאנאמי איז יעצט אונטער קלינטאן. איך בין זיכער עז גאור האט א חלק אין דעם, ממילא איז ער בעסער פאר אונזער מדינה...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:18 am
דורך זר זהב
אבער פון די אנדערע זייט האט גאור פיאנירט דעם טמא'נם אינטערנעט וואס איז א שטער פאר אונז אידן, איז לכאורה מוז מען וואוטען פאר בוש.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:20 am
דורך זר זהב
עפעס שמועסט מען אז א קינד איז בטעות ארויפגעפלויגן אין א העליונים באלון העכער דענווער קאלאראדא, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:26 am
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:אבער פון די אנדערע זייט האט גאור פיאנירט דעם טמא'נם אינטערנעט וואס איז א שטער פאר אונז אידן, איז לכאורה מוז מען וואוטען פאר בוש.
אהא. הייסט אינטערנעט איז שוין אויך א שלעכטע זאך??
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:28 am
דורך זר זהב
יא, גאר שלעכט. איבערהויפט די וואס האבן א פילטער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:31 am
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:יא, גאר שלעכט. איבערהויפט די וואס האבן א פילטער
שלעכט אפילו פאר עלטערע מענטשן?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:32 am
דורך משה געציל
וואס איז דאס אינטערנעט? לויט ווי איך האב געהערט איז דאס א טעכנעלאגיע וואס ווערט גענוצט נאר פאר מיליטערישע געברויכן, עם איי מיסינג סאמטינג?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:33 am
דורך זר זהב
זקנים עם נערים