2 וואכן שוין נישט געקלינט די גאסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

2 וואכן שוין נישט געקלינט די גאסן

שליחה דורך אוהב דעת »

יעצט איז שוין 2 גאנצע וואכן וואס מ'האט שוין נישט געקלינט די גאסן, האב איך געכאפט א שפאציר, זיך אומגעקוקט, און געזען אז די גאסן זענען בכלל נישט שמוציג. שטעלט זיך א קשא פארואס דארף מען קלינען יעדע וואך 2 מאל א זייט (אין ווילי)? חוץ פון דעם אז עס איז ארויסגעווארפן אונזער געלט, איז מען מצער די אלע מענטשן וואס דארפן זיין ביזי צו רוקן די קאר! איך מיין אז מיר זאלן אראפרופן די שטאטישע טאטעס (וואס??? זיי גייען קיינמאל נישט קומען, מ'דארף רופן די מידיא), זאל מען זיך איבערצייגן די פאקטן, און טוישן די סיסטעם!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוהב דעת האט געשריבן:שטעלט זיך א קשא פארואס דארף מען קלינען יעדע וואך 2 מאל א זייט (אין ווילי)?

ווייסט נישט פארוואס? צו מאכן אפאר גראשן אויף אונזער חשבון.

אוהב דעת האט געשריבן:חוץ פון דעם אז עס איז ארויסגעווארפן אונזער געלט

די ארויסגעווארפענע געלט צאלט זיך אויס פי כמה.
האסט עכט געמיינט אז מען קליענט די גאסן פאר אונזער טובה?
פונקט די שמוץ פוצט מען? אבער די שניי פוצט נישט דער דומבערג?

אוהב דעת האט געשריבן:איך מיין אז מיר זאלן אראפרופן די שטאטישע טאטעס

ווילסטע רופן בלומבערג אליינס?
ער וועט דיר זאגן זאלסט רופן 311

אוהב דעת האט געשריבן:זאל מען זיך איבערצייגן די פאקטן, און טוישן די סיסטעם!

טוישן די סיסטעם? ווארטעך נישט איבער.
פארדריי מיר נישט די קאפ מיט 'פאקטן', כ'האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג (מפי השמועה).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

פונקט געטראכט נאר נישט געוואוסט וואו עס צו שרייבן, שוין צוויי ואכן וואס דער בלומבערג סוספענדירט די אלט סייד פארקינג וואלט נישט געווען די בעסטע זאך עס אפצושאפן פאר אייביג?

די מידיע קענסטו רופן וויפיל דו ווילסט זיי גייען אויך נאר דעקן וויפיל זיי מעגן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס הייסט "וויפיל זיי מעגן"?
זענען דען פאראן גדרים אין אמעריקע וויפיל די מידיא מעג רעדן?
וירח ה' את ריח הניחוח
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

איך האב קיינמאל נישט געהערט אז די מידיא האט גדרים
אין אז יא לאמער נעמען די זאך אין הענט אריין זיער פשט ,זאל איינער מאכען א קליפ אין עס ארויפשטאלן אויף youtube
זע זאל זיין נארמאל מענטשלעך אין מוועט פארשפרייטען די קליפ איבערען ועב ביז עס וועט ברענגען א טויש ....
האט איינער א נוסח וואס צוזאגען אויפן קליפ? אז יא קען ער עס דא שרייבען
Lets act up lets fight for our money and comfort !
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
פארשפארט