בלאט 1 פון 19

טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:41 pm
דורך לעיקוואד
איך עפן דער אשכול געווידמעט ארומצורעדן אלע מיני טעראר מיטלען וואס די לוחמי מלחמת הקודש קעגן די אינטערנעט באנוצן זיך, און ווער עס האט ואס מוסיף צו זיין יוסיף.

איך האב היינט געליינט דאס
https://www.otzar.org/forums/viewtopic. ... 60c5e1d13f
א יוד גיט זיך אן אז ווער עס ווייסט פון א פלאץ ווי עס איז דא אפענע ווייפיי וואס בחורים וכו' קענען זיך ח"ו מחבר זיין דורך דעם צום אינטערנט זאל עם מודיע זיין און ער וועט גיין צו דער פלאץ און ארויפלייגען א קאוד אויף דער ווייפיי. דאס הייסט ער איז פורץ צו יענער'ס וייפיי און לייגט ארויף א קאוד וואס דער בעל הבית קען אויך נישט און אזוי האלט ער אז ער ראטעוועט די אידישקייט פון אונטערגיין.

האלט איר עס איז אויסגעהאלטן וואס ער טוט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:52 pm
דורך חאצקל
אויב וועט זיין אקציע געלונגען און ער וועט דערמיט באמת אויפטון מער ווי קאליע מאכן דאן איז עס לכאורה אויסגעהאלטן פון אונזער תורה'דיגער שטאנדפונקט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:00 pm
דורך לעיקוואד
חאצקל האט געשריבן:אויב וועט זיין אקציע געלונגען און ער וועט דערמיט באמת אויפטון מער ווי קאליע מאכן דאן איז עס לכאורה אויסגעהאלטן פון אונזער תורה'דיגער שטאנדפונקט.

איז דאס נישט א בחינה פון חטא כדי שיזכה חברך? איינברעכן אין יענעם'ס וייפיי איז לכאורה א ענין פון גזלה [אפילו למ"ד אז נוצען מעג מען, איז אוודאי נישט כלול איינברעכן און אוודאי נישט לייגען א קאוד וואס שטערט פאר דער בעה"ב אויך עס צו נוצען און ער קען פארלירען צייט און טירחא ביז ער גיט זיך אן עצה] איז לאמיר זאגען ער וועט מיט דעם גודר זיין פרצות הדת [און נישט אז די בחורים וועלן סך הכל זיך אראפציען נאך אפאר געסלאך ווי עס גייט לכאורה געשעהן] איז עס דען מותר?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:56 pm
דורך חאצקל
דאס צו ענטפערן פון הלכה'דיגן שטאנדפונקט דארף מען לערנען די הלכות, אבער אונזער השקפה זאגט זיכער אז עס איז א גיטע זאך צו טון. אזוי ווי דער מקושש עצים וועם מ'האט פארשטיינערט עפ"י הלכה אבער ווערט אין חז"ל דערמאנט אלס העלד וואס האט געטון אן עברה לשמה כדי מעורר צו זיין אידן נישט צו מחלל שבת זיין. די זעלבע אין דעם פאל, אויב וועט ער מצליח זיין מיט זיין אקט בגדול, וועט ער דערמאנט ווערן אלס העלד ביי אונזערע רבנים, און דאס ועט זיין פון די זאכן וואס מ'וועט דערמאנען ביי זיין הספד וכדו'.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:02 pm
דורך לעיקוואד
דאס איז טאקע א אינטרעסאנטע נושא ווי וייט האלט דער "אונזערע השקפה" אז נישט ריכטיגע זאכען ווערן מוצדק לויט זייער תוצאה. דיין צושטעל צו עבירה לשמה און דער מקושש הייבט נאר און צו וייזען ווי פראבלעמאטיש דער נקודה איז.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:16 pm
דורך חאצקל
וויאזוי ווייזט דער צושטעל פון מקושש און עברה לשמה ווי פראבלעמאטיש עס איז?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:21 pm
דורך נולד מאוחר
סדרייד זיך ארום איינער זיין רב האלט אז מדארף האבן אונטערנט סאיז א גוטע זאך ,ער נעמט אראפ אלע פילטערס פון ווי סדא וויפיי מיט
א פילטער. פארשטייט די פראבלעם?
במילא זאל קיינער נישט באבערן יענמס אינטערנעט אפהענגיק וואס ער האלט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:38 am
דורך איחוד פעלד
אז דער וויזניצער רבי מעג צונעמען א אייפון ווייל יענער האט עס פארלוירען און עובר זיין אויף השבת אבידה און לא תגזול און לא תוכל להתעלם בבת אחת און זיך נאך איינרעדען אז ער טוט א מצוה, מעג מען זיכער פארשטאפען איינעמס ווייפיי.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681
כ'דערמאן מיך אז איינער האט מיר פארציילט אז א געוויסע געשעפט אויף דרייצען עוו, האלט אפען זיין ווייפיי פאר ווער עס וויל אהן א פילטער און מען פראבירט מיט אלע כחות צו פארטיליגען יענעמס ווייפיי דורך אריין האקען וכדומה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:04 am
דורך לעיקוואד
איך האף אז דער וויזניצער מעשה איז נישט אמת. הגם אז אנדערע ענליכע מעשיות זענען ווארשיינליך יא געשעהן.
יעצט איז די שאלה נאר אזוי, מעג מען רופען פאליס וכדומה אויב מזעהט אז איינער טשעפעט זיך מיט דיינע טעכנאלאגישע כלים שלא ברשות?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:12 am
דורך יאיר
ווארט! רוף נאכנישט קיין פאליציי. מען קען אים נאך אומברענגען. לאמיר קודם פרובירן צו מהפך זיין בזכותו דורך א בית דין פון שלשה רועי בקר.
אויב איינער וואס האט אפענע ווייפיי אויף א פלאץ וואו עס דריען זיך בחורים קען אפשר באקומען א דין פון א חופר בור ברשות הרבים. איז דאך אודאי א מצוה צו מסלק זיין דעם נזק. קען זיין אז איינער וואס גייט פארביי דעם נזק און נעמט דאס נישט אוועק איז גאר עובר אן עבירה.
יעצט לאמיר דן זיין אויב מען ווייסט קלאר אז איינער איז געווארן נכשל פון אן אפענע וויי פיי. צו דארף מען נעמען דעם חופר בור און אים הייסן צאלן נזק - צען דאלער פאר יעדע מצוה וואס דער בחור איז עובר, צער - ווער האט דען הנאה פון אן עבירה, ס'רייסט דאך ביים הארץ, ריפוי - פאר די טעראפיסטן, שבת - פאר די צייט וואס ער פארפאטשקעט, בשת - פאר די טייערע עלטערן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:12 am
דורך איחוד פעלד
היינט איז נאר דא נזק. די רעשט, צער רפוי וכו' זענען א קנס און מען איז נישט דן דיני קנסות מער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:04 am
דורך איינשרייבן
הייסט דאס אז יענער עפנט א בור ברשות הרבים אין איז מכשיל בחורים איז גאר א צדיק אבער דער וואס וויל ראטעווען די בחורים איז גאר א שגץ אדער א גנב אין די רבנים זענען היפאקריטן, איך האלט מ'דארף איינפירן א גרויסע עבירה צענטער, אין ווייזן פאר די רבנים וואס מיר קענען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:23 am
דורך איחוד פעלד
העי העי, טשיל איט.
דאכט זיך אז מען רעדט נישט דא פין רבנים בכלל.
מען רעדט פין טעראר אין די אינטערנעט מערכה.
קיינער זאגט נישט דערווייל אז דער ווייפיי געבער פאר בחורים איז אומגערעכט.

און געדענקט אייביג דער כלל גדול, צוויי ראנגס מאכען נישט א רייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:27 am
דורך טעפל
איחוד פעלד האט געשריבן:אז דער וויזניצער רבי מעג צונעמען א אייפון ווייל יענער האט עס פארלוירען און עובר זיין אויף השבת אבידה און לא תגזול און לא תוכל להתעלם בבת אחת און זיך נאך איינרעדען אז ער טוט א מצוה, מעג מען זיכער פארשטאפען איינעמס ווייפיי.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681
כ'דערמאן מיך אז איינער האט מיר פארציילט אז א געוויסע געשעפט אויף דרייצען עוו, האלט אפען זיין ווייפיי פאר ווער עס וויל אהן א פילטער און מען פראבירט מיט אלע כחות צו פארטיליגען יענעמס ווייפיי דורך אריין האקען וכדומה.

א שיינע תגובה אויף דעם...
‫זקני החסידים מספרים שאת מכשיר האייפון קדישא קיבל רבינו האדמו"ר בעל ה.... ישראל הק', מגר הצדק הידוע סטיב ג'ובס. וזה בערך סיפור הדברים כפי שסיפר החסיד הישיש ר' חיים מוזעס, נכדו של ר' מנחם לייזר מוזעס שהיה השתדלן של חצר ויז'ניץ באותה תקופה.

שנה אחת נפש האדמו"ר בעל ה.... ישראל בעיירת הנופש חלדדונא שבממלכת אנגליה של אותם הימים, ובאותו הזמן שהה בעיירת הנופש הנ"ל גם תעשיין גוי בשם סטיב ג'ובס שהוא היה עשיר מופלג והחזיק ברשותו את המפעל שייצר את כל האייפונים הנ"ל.
אותו תעשיין גוי כשחזה בזיו פניו של רבינו, התפעם והתפעל עד למאוד, עד שבתוך תקופה קצרה ביותר הוא החליט לנטוש לחלוטין את חייו הקודמים, להתגייר ולהפוך לחסיד ויז'ניץ מן המניין, (בעיתוני אותה תקופה לא רצו לפרסם שאיש כ"כ מפורסם התגייר, לכן הם פירסמו שהוא מת במגיפת הסערטן שהייתה מצויה באותם הימים)

ולאחר שאותו סטיב ג'ובס התגייר ואף טבל במקווה הפרטי שהייתה בביתו של רבינו, הוא נכנס אל הקודש פנימה, ונתן במתנה לרבינו את האייפון, ואמר לרבינו שהוא מרגיש שכל מה שהקב"ה זיכה אותו לייצר את המכשיר הנ"ל, הוא רק בכדי שהאייפון יגיע לידיו הק' של רבינו, והוא כבר ידע לפעול על ידי האייפון ישועות רבות לבני אותו הדור, כידוע ומפורסם לכל.‬

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:39 am
דורך קפנדריא
אין א ישיבה אין בארא פארק האט זיך אנגעהויבן א מין אנשיקעניש, די בחורים פלעגן אנזיצן אין די בית כסא'ס שעות אויף שעות, ווען איינעם האט אנגעכאפט נישט קיינעם געדאכטן - א שלשול, האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בית כסא ליידיג פאר קיין פרייז, מ'האט אנגעהויבן פארשן דעם קעכער צו ער האט אפשר פארדארבענע עסן אז מ'זיצט אזוי לאנג רציפות פארשפארט אין בית הכסא קעמערל, אבער ער האלט זיך ביים זייניגן אז ער קאכט פונקט ווי פריער, נישט געטוישט די רעסעפי פאר 5 יאר, און די סיבה מוז זיין א טיפערע פון דעם, וואס האט נישט צו טון מיט די מאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיי אפיר גענומען איינע פון די זיצעדיגע בחורים א שוואכלינג, און ער האט זיך גאר שנעל געבראכן און מודה געווען אז די בחורים האבן דערשנאפעט אז אין בנין הישיבה איז דא פעסטע וויי פיי, און די בחורים פלעגן זיך אריינזעצן אין מאן'ס צימער מיט פשוט'ע איי פאד'ס און זיך אנזען אויף די כלי כל דבר אסור דורך וויי פיי!

די צושוידערטע מנהלים האבן זאפארט אראפגערופן א טעכנאלאגישן עקספערט, און ער האט פרובירט דערווישן פון וואנען דאס קומט, עס איז אויסגעקומען אז דאס קומט פון א דערנעבנדיגער ביזנעס, דער עקספערט האט זיך פארבינדן אין נאמען פון ישיבה צום אייגנטימער אז ער זאל פארמאכן זיין וויי פפיי אדער לייגן א פעסווארד אויף זיין ווייערלעס, יענער האט זיך געהאלטן ביים זייניגן אז ס'איז זיכער נישט פון אים, די הנהלה האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן פוסק, און יענער האט געגעבן א היתר צו אפשפארן אדער אפילו קאליע מאכן יענם'ס וויי פיי צוליב בור ברשות הרבים, יענער איז געקומען צולויפן נאך די אקציע צו די ישיבה פארוואס מ'מאכט אים קאליע די ביזנעס און מ'האקט אונטער זיינע קאנעקשאנס, די ישיבה האט געזאגט ס'האט גארנישט מיט אונז.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:42 am
דורך איינשרייבן
אויב וועט איינער גיין אין גאס אין עס וועט אים געלונגען איבערצורעדן פארהייראטע ווייבער זיי זאלען מזנה זיין, אין פנחס בן אלעזר זי''ע וועט אים הרגנן דאן וועט אין קאווע שטובל זיין די וועלטס מחאות? מ'וועט מאכען פנחס פאר א צימערמאן אדער א הערשל קלאר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:48 am
דורך איחוד פעלד
נעה, מען איז מסכים אז ער זאל הרגנען, אבער מיט איין תנאי, אויב ער הארגעט די פרויען אויך, אזוי ווי דער אריגינעילער פנחס בן אלעזר זי"ע.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:29 am
דורך boxcover
קפנדריא האט געשריבן:אין א ישיבה אין בארא פארק האט זיך אנגעהויבן א מין אנשיקעניש, די בחורים פלעגן אנזיצן אין די בית כסא'ס שעות אויף שעות, ווען איינעם האט אנגעכאפט נישט קיינעם געדאכטן - א שלשול, האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בית כסא ליידיג פאר קיין פרייז, מ'האט אנגעהויבן פארשן דעם קעכער צו ער האט אפשר פארדארבענע עסן אז מ'זיצט אזוי לאנג רציפות פארשפארט אין בית הכסא קעמערל, אבער ער האלט זיך ביים זייניגן אז ער קאכט פונקט ווי פריער, נישט געטוישט די רעסעפי פאר 5 יאר, און די סיבה מוז זיין א טיפערע פון דעם, וואס האט נישט צו טון מיט די מאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיי אפיר גענומען איינע פון די זיצעדיגע בחורים א שוואכלינג, און ער האט זיך גאר שנעל געבראכן און מודה געווען אז די בחורים האבן דערשנאפעט אז אין בנין הישיבה איז דא פעסטע וויי פיי, און די בחורים פלעגן זיך אריינזעצן אין מאן'ס צימער מיט פשוט'ע איי פאד'ס און זיך אנזען אויף די כלי כל דבר אסור דורך וויי פיי!

די צושוידערטע מנהלים האבן זאפארט אראפגערופן א טעכנאלאגישן עקספערט, און ער האט פרובירט דערווישן פון וואנען דאס קומט, עס איז אויסגעקומען אז דאס קומט פון א דערנעבנדיגער ביזנעס, דער עקספערט האט זיך פארבינדן אין נאמען פון ישיבה צום אייגנטימער אז ער זאל פארמאכן זיין וויי פפיי אדער לייגן א פעסווארד אויף זיין ווייערלעס, יענער האט זיך געהאלטן ביים זייניגן אז ס'איז זיכער נישט פון אים, די הנהלה האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן פוסק, און יענער האט געגעבן א היתר צו אפשפארן אדער אפילו קאליע מאכן יענם'ס וויי פיי צוליב בור ברשות הרבים, יענער איז געקומען צולויפן נאך די אקציע צו די ישיבה פארוואס מ'מאכט אים קאליע די ביזנעס און מ'האקט אונטער זיינע קאנעקשאנס, די ישיבה האט געזאגט ס'האט גארנישט מיט אונז.

אזוי זעהען אויס די מעשיות. עפעס א ישיבה, עפעס א בחור, עפעס א קעכער, עפעס א מנהל, מיט עפעס א ביזנעס, מיט עפעס א פוסק. און אז די גלייבסט נישט, וואס, ביסט א חכם?! ביסט ווי די OTD'ניקעס! עפעס אמונת ספורי צדיקים.

סטולינער רבי, נעמט א חלק אין די מערכה

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:12 am
דורך קאווע טרינקער
מוצאי שבת דרמטי בגבעת זאב: במוצאי שבת האחרון נגיש האדמו”ר מקרלין סטולין לקריאת המגילה כנהוג בכל תפוצות ישראל, כשלאחר מכן ניגש לערוך את שולחנו הקדוש והטהור לקראת הטיש המסורתי.

במהלך הטיש חילק האדמו”ר לחסידיו ברנדי משובח מאוד, אולם כשהחסדים נגשו ללחוץ את ידו של הרבי ולברך ‘לחיים’ נענו בסירוב. האדמו”ר דרש להוציא את מכשיר הסמארטפון מן הכיס.

החסידים הזריזים מיהרו לעשות כמצוות רבם הקדוש, ועד מהרה נערמו על השולחן סמרטפונים, בלקברי, איפונים ועוד. יצויין כי לאדמו”ר הייתה רשימה עדכנית מי מחסדיו מחזיק במכשיר המקולקל.

האדמו”ר עד כה לא אסר שימוש במכשירים אלו, ויצוין כי זו פעם ראשונה בה התבטא האדמו”ר נגד המכשירים.

מקור

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:13 am
דורך טעפל
יעצט זאגט מען אז ער האט צוריק געשיקט אלע טעלעפונים צו יעדעם איינעם.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:36 pm
דורך יידל
ערהאלטן פון א חבר וועלכער האט ווייזט אויס מורא צו זאגן ליגנט.

IMG-20130521-WA0000.jpg

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:39 pm
דורך קאווע טרינקער
פערדן!!!
זיין קינד קען נישט קומען אין חדר, נישט ווייל זיין טאטע האט אינטערנעט... נאר ווייל ער האט נישט צוריקגעשיקט א פראגע בויגן......
דאס איז א חידוש!!!

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:45 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך גלייך דעם לעטטער העד "מרכז מוסדות פאפא".
קאמענטארן זענען וועלקאמד!