בלאט 1 פון 3
דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:58 am
דורך בן תמליון
מיר אלע האלטן מיט די שטוינענדע אנטוויקלונגען איבערן געוועזענעם הויפט גענעראל און סי איי עי דירעקטאר דעיוויד פעטרעיוס וואס האט רעזיגנירט מיט שאנדע איבער א פארוויקעלטע מעשה זנות און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער איצטיקער הויפט גענעראל זשאן עלען אויך טיף אין בלאטע ווי אויך אן עף בי איי אגענט און עס גייט נאר טיפער. קוקנדיק צוריק איז גענוג צו דערמאנען אונזער אנטאני ווינער מיט זשאן עדווארדס ארנאלד שווארצענעגער מיט טייגער וואודס דער ליסטע איז פיל לענגער און פארשטייט זיך די וואס מען חאפט זענען בלויז א קליינער טייל די וואס ווערן נישט געחאפט זענען פיל מער. וואס מאכט מיר וואונדערן אויב איז דער סעקולארער געזעלשאפט ביז די העכסטע רייען אזוי מאראליש שוואך אז די גרעסטע לייט פאלן ווי פליגן פאר אן אשת יפת תואר, נו אפשר זענען אונזערע וואס שרייען קורצע קליידער און ווילן נישט קיין מיקסט רעסטוראנטן פארט גערעכט? דער מענטשהייט איז א בלויזער חיה בצורת אדם און ער מוז ווערן קאנטראלירט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:03 am
דורך איחוד פעלד
כמיין אז די חלומסט ער האט זיך אנטזאגט צוליב זיכערהייט סיבות, גארנישט קיין זנות, לא דובים ולא יער.
והא ראי',
קוק דא.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:17 am
דורך בן תמליון
איחוד פעלד האט געשריבן:כמיין אז די חלומסט ער האט זיך אנטזאגט צוליב זיכערהייט סיבות, גארנישט קיין זנות, לא דובים ולא יער.
והא ראי',
קוק דא.
http://www.drudgereport.com
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:28 am
דורך זר זהב
די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:52 am
דורך קליינער
זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
און פארוואס זאל א איד נישט האבן אביסעלע פאן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:53 am
דורך זר זהב
ווייל די תורה לאזט נישט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:00 pm
דורך לאדיך אפ
זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
עטישקייט? מארעליטי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:03 pm
דורך בן תמליון
זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:07 pm
דורך זר זהב
דאס איז פאלש. מיליאנער "מאראלישע עטישע" גויים האקן א טאג, מ'ווערט נאר נישט געוואר דערפון. איז וואס איז פעטרעאס שולדיג אז מ'איז געוואר געווארן דורך א צופאל?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:11 pm
דורך זר זהב
בן תמליון האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
פארוואס ער זאל נישט האבן פאן? פרעג פעטרעיוס, עדווארדס אדער ווינער, די נאכפאלגן זענען כמעט אייביק טראגיש. אז די ביסט חתונה געהאט און די האלטסט דיר פאר א בעסער קלאס מענטש גייסטו קעגן די יסודות פון מארלישקייט ווען די טשיטס אזוי אפן און גראב. קענסט שוין פרעגן פארוואס זאל ער נישט רעיפן און הרגענען, גנב'נען און רויבן אויב עס פילט גוט. היינו דאמרינן דאס איז מיין פאונט אויב זיי אלע זענען אזוי קאראפטעט פיק איך ענדערש ר' טודרוס'נס שובבים תורה'ס. .
איך ווייס נישט וויאזוי דו פארגלייכט די ביידע. סיי עדווארס און סיי ווינער האבן ליגענט געזאגט, די ליגענט איז ערגער ווי דער אזוי גערופענער קריים. און פעטרעאס האט גערנישט געטון 'אפען און גראב', ווען נישט וואס מ'פארש/ט אויס עפעס אן אנדערן אינצידענט וואלט מען דערפון קיינמאל נישט געוואר געווארן. און כ'ווייס נישט וויזוי דו פארגלייכסט עס צו הארגענען גאנבענען און רויבן, פעטרעאוס האט דא גארנישט געזונדיגט בכוונה בין אדם לחבירו.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:12 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:דאס איז פאלש. מיליאנער "מאראלישע עטישע" גויים האקן א טאג, מ'ווערט נאר נישט געוואר דערפון. איז וואס איז פעטרעאס שולדיג אז מ'איז געוואר געווארן דורך א צופאל?
און אויב וועלן מיליאנער "מאראלישע עטישע" גויים הרגענען, גנב'נען און רויבן וועסטו אויך פרעגן
לאדיך אפ האט געשריבן:איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:13 pm
דורך זר זהב
ניו יארק, קוק מיין פריעדיגע תגובה פאר אן ענטפער אויף דיין פראגע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:34 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.
צו נאשן איז איין זאך, ווי למשל קלינטאן האט גענאשט מיט לעווינסקי, אבער צו האבן א טאפעלטער פארבארגענע לעבן מיט נאך א פרוי, איז שוין אין גאנצן אן אנדערע עסק,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:48 pm
דורך בן תמליון
פרעגסט וואס איז ראנג בין אדם לחבירו ווען מ'טשיט? פרעג די מיסיס פעטרעיוס אדער מיסיס עדווארדס קראנק אויף קענסער וואס האט אוועקגעגעבן איר לעבן פאר דעם חזיר ווען ער איז געגאנגען האבן א קינד מיט א צודרייטע פרוי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:51 pm
דורך זר זהב
בן תמליון האט געשריבן:פרעגסט וואס איז ראנג בין אדם לחבירו ווען מ'טשיט? פרעג די מיסיס פעטרעיוס אדער מיסיס עדווארדס קראנק אויף קענסער וואס האט אוועקגעגעבן איר לעבן פאר דעם חזיר ווען ער איז געגאנגען האבן א קינד מיט א צודרייטע פרוי.
האטס נישט גוט אפגעליינט מיין תגובה, בדרך הטבע וואלט מען נישט געדארפט געוואר ווערן דערפון. -- עדווארדס איז א 2'טע מעשה אינגאנצן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:58 pm
דורך זר זהב
אפילו פעט ראבערטסאן אגריעט מיט מיר!!
פארוואס דארפסטו זיין שמייליגער פון אים?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gnGkfZrXLsw[/youtube]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:11 pm
דורך שמעקעדיג
מיין קשיא איז, פארוואס אז מען כאפט איינעם מיט אזא מעשה, דארף עס ווערן א שטינק אין גאנץ אמעריקע?
איך ווייס אז אמעריקאנער חברה און מידיא אינאיינעם האבן די גרעסטע הנאה צו פאטשקען אין יענעמ'ס שמוץ, ס'איז אסאך פאן, אפילו יענער ווערט באגראבן און חרוב ונחרב,
אבער וואס איז דאס נוגע די אלע מענטשן?
קען מען נישט מאכן א שטילע אויספארשונג, אויב דאס בכלל?
אז דעיוויד האט געהאט א שייכות צו א פרעמדע פרוי איז עס בלויז איינעמ'ס פראבלעם: זיין ווייב'ס! נישט מיינס, נישט דיינס, נישט די עף.בי.איי. און נישט די מידיא!
פארוואס קומט זיך איהם אנצושטינקען און אים צוגרינד לייגן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:13 pm
דורך לעמיל
פארוואס ווען נחום מיינט אז ער האט געהערט א מעשה איז קודם באשמיצט ער יענעם פאר ער ווערט געוואר זיכער וואס טוט זיך? עס איז איין תירוץ מענטשען פאר סאם ריזען האבען זייער ליב צו באשמוצען אנדרע מענטשען, דעיס איז א תאווה ווי אלע תאוות.....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:25 pm
דורך זר זהב
ווייל די 'מידיע' דארף מאכן געלט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:57 pm
דורך עפל פאי
זר זהב האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:פרעגסט וואס איז ראנג בין אדם לחבירו ווען מ'טשיט? פרעג די מיסיס פעטרעיוס אדער מיסיס עדווארדס קראנק אויף קענסער וואס האט אוועקגעגעבן איר לעבן פאר דעם חזיר ווען ער איז געגאנגען האבן א קינד מיט א צודרייטע פרוי.
האטס נישט גוט אפגעליינט מיין תגובה, בדרך הטבע וואלט מען נישט געדארפט געוואר ווערן דערפון. -- עדווארדס איז א 2'טע מעשה אינגאנצן.
און אז מ'ווערט נישט געוואר איז עס נישט ראנג בין אדם לחבירו? איז עס מענטשליך? נארמאל?
כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי דו קוקסט עס אן אז ער האט גארנישט געטון בכוונה אנטקעגן בין אדם לחבירו?
ער האט געפעלשעוועט אין זיין אשת חיל! שוין איינמאל בכוונה תחילה. ווי אזוי האט ער געקענט אהיים קומען און איר קוקן אין פנים כאילו לא היה? איז ער נישט א פאלשער מענטש?
ער האט געדארפט נעמען אין באטראכט אז מ'קען געוואר ווערן אזוי ווי יעדע עבירה וואס א מענטש טוט.
צעווילדעוועטע אינסטינקטן איז עס יא,
אז מ'קען אים פארשטיין זיין נסיון? אקעי. אבער ריכטיג איז עס נישט.
אבער דאס איז א גוי, דער גאנצער פראבלעם איז דא נאר, אז מען האט אים געכאפט, ווען נישט איז עס אקעי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:03 pm
דורך זר זהב
א גוי האט נישט באקומען די עשרת הדברות, דארף ער עס נישט היטן. אויב האט פעטראוס זיך אונטערגענומען צו היטן די שבע מצות בני נח איז אן אנדערע מעשה. -- איך האב שוין גענוג געהאט מיט די שמייליגע משוגעתן! איך בין מיד דערפון! יעדער גוי דארף טון וואס ער וויל! און ס'דא גענוג פרויען וואס האבן אפפערס אויך, ס'וואלט ווען געדארפט זיין אן אפיציעלע אגרימענט דערויף איינמאל פאר אלעמאל! א מענטש איז א מענטש, איין ווייב איז נישט גענוג עספעשילי ווען מ'איז ווייט אוועק פונעם ווייב.
גענוג מיט די נאנסענס!
גענוג מיט די סטרעסס!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:17 pm
דורך גאלד
דאס וואלט פעטרעיעס גאדארפט זאגן פאר זיין ווייב, ווי לאנג די ווייב פארשטייט עס נישט, ביסטו געבינדען צו זיין געטריי צו איר, אז נישט גט איר אפ,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:18 pm
דורך לעיקוואד
וואס די פראנצוזישע זאגען אויף אזא קעיס. [ענליך צו אונזער זר'ל]
http://www.cnn.com/2012/11/13/opinion/f ... index.htmlציטוטים נבחרים
"It's impossible to imagine a French political leader resigning because of an extramarital indiscretion. If this rule were observed, the French parliament would be nearly vacant."
"The French usually attribute this American ritual of guilt and contrition to "puritanism." This is meant as a put-down and a mark of French cultural superiority. The French, by contrast, are mature and sophisticated, never shocked and titillated by the rich complexity of life's temptations."
"Moreover, French journalists are not driven by the same "fourth estate" ethos that animates American media culture. French society in general has an ambiguous relationship with the truth, and French journalists are frequently indifferent to the exposure of hard facts"