בלאט 1 פון 1

אונזער טאנצען ביי חתונות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
קודם האב איך געטראכט צו לייגן די קליפ ביי די אינטערעסאנטע קליפ'ס אשכול , אבער נאכדעם האב איך מיך בארעכענט אז עס איז צו גיט, און מ'דארף שמועסן וועגען די מורא'דיגע טאנצען ביי אונזערע חתונות.
איז פאר מ'פאנגט אן די שמועס, אט קיקטס די לעבעדיגסטע אידישע חתונה קליפ
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EQj8hNR_yPc[/youtube]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:44 pm
דורך אוהב דעת
ווען מוועט טוישן די סיסטעם פון די וועג וויאזוי אונזער חתונת ארבעטן אין יעדער וועט גיין נאר צו די חתונה פון גאר נאנטע קרובים וועט זיך דאס אויך טוישען (איי עס איז דא מענטשען וואס דארפען א outting באנאכט ווי צו פאברענגען און socializatiom אויף דעם האט מען שוין אמאל גרעדט דא אין שטיבעל מקען מאכען א קלאב ווי אינגעלייט וואס האבען נישט ליב צו פארברענגען אין שטוב וועלען פארברענגען.....) 

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:45 pm
דורך זר זהב
מ'טאנצט נישט ביי אונז פשוט וויל ס'דא צופיל דעפרעסטע מענטשן אין אונזערע קאמיוניטיס. ס'נישט אזוי טיעף.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:51 pm
דורך עפל פאי
זר זהב האט געשריבן:מ'טאנצט נישט ביי אונז פשוט וויל ס'דא צופיל דעפרעסטע מענטשן אין אונזערע קאמיוניטיס.


א טיף ווארט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:58 pm
דורך אוהב דעת
זר זהב האט געשריבן:מ'טאנצט נישט ביי אונז פשוט וויל ס'דא צופיל דעפרעסטע מענטשן אין אונזערע קאמיוניטיס. ס'נישט אזוי טיעף.

לאוו דוקא א דיפרעסטע מענטש קען אויך טאנצען ווען סאיז עם אינטרסאנט די טאנצעריי, והא ריאה ביי די modern orthodox אדער ליטווישע ווי מטאנצט יא ,טאנצען אויך די דיפרעסטע, אויב די מצב/ חתונה איז עם אינטרסאנט ,אלא אל כרחך כאמרתי (כגיי נישט אריין צו ביי אונז איז דא מער דיפרעסטע) 

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:03 pm
דורך זר זהב
דארט איז דא א קלענערע פרעצענט דעפרעשען רעיט. און א 0 פראצענט 'קאמפלעקס' רעיט. וק"ל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:18 pm
דורך אוהב דעת
זר זהב האט געשריבן:דארט איז דא א קלענערע פרעצענט דעפרעשען רעיט. און א 0 פראצענט 'קאמפלעקס' רעיט. וק"ל

איך וויי נישט ווי סאיז דא א קלענערע דיפרעשען רעיט ,ביזטו מיר מודה אז א דיפרעסטער מענטש קען טאנצען אויב וויל ער?
קאמפלעקס מענטשען איז דא איבעראל ,איך מיין אז דארט וויבאלד יעדער נארמאלע מענטש טאנצט ,וועט דער קאמפלעקסט מענטש ,וואס וויל טון וואס טוט וואס יענעם געפעלט /לויט ווי אזוי סאיז די סדר המקום וועט ער אטאמעטקלי דארט יא טאנצען ״ווייל ער איז קאמפלעקס״

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:34 pm
דורך הציץ ונפגע
זר זהב האט ווארשיינליך פארגעסן אז ער אליינס האט אין דעם ווייטען עבר שוין געשריבן איבער דעם נושא viewtopic.php?f=23&t=700

הוספה: איך האב נאכן שרייבן דעם תגובה באמערקט אז זר זהב האט שוין ארויפגעשטעלט דעם ווידעא דריי טעג צוריק
viewtopic.php?p=60844#p60844

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:59 pm
דורך שמואל הלוי
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך האב נאכן שרייבן דעם תגובה באמערקט אז זר זהב האט שוין ארויפגעשטעלט דעם ווידעא דריי טעג צוריק
viewtopic.php?p=60844#p60844


און 'שמואל הלוי' האט עס שוין ארויפגעשטעלט פארגאנגענעם מוצש"ק.
viewtopic.php?p=60155#p60155

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:19 pm
דורך זר זהב
אפשר וואלסטע געדארפט עפעס שרייבן איבער'ן ווידעא, איך האב עס נישט באמערקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:37 pm
דורך זר זהב
אוהב דעת האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דארט איז דא א קלענערע פרעצענט דעפרעשען רעיט. און א 0 פראצענט 'קאמפלעקס' רעיט. וק"ל

איך וויי נישט ווי סאיז דא א קלענערע דיפרעשען רעיט ,ביזטו מיר מודה אז א דיפרעסטער מענטש קען טאנצען אויב וויל ער?
קאמפלעקס מענטשען איז דא איבעראל ,איך מיין אז דארט וויבאלד יעדער נארמאלע מענטש טאנצט ,וועט דער קאמפלעקסט מענטש ,וואס וויל טון וואס טוט וואס יענעם געפעלט /לויט ווי אזוי סאיז די סדר המקום וועט ער אטאמעטקלי דארט יא טאנצען ״ווייל ער איז קאמפלעקס״

יא, כ'בין מודה. פונקט ווי א נישט דעפרעסטע מענטש קען 'נישט טאנצן' אויב וויל ער...

איין מינוט פארוואס טאנצט דארט יעדע נארמאלער מענטש? פאר אן ענטפער קוק דא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
איי עם סארי פאר שמואל הלוי און זר. - איך האב נישט באמערקט אז עטץ האטס עס שוין ארויפגעלייגט.
אבער לאמיר רעדן וועגן די נושא. ס׳איז באמת א ביטערע געלעכטער וואס דא גייט פאר. און נאך דערצו אויב מ׳נעמט אין באטראכט אז דא ראדט מען פון חתונות וואס קאסטן צעהן-צוואנציג טויזענט דאלער וואס רוב מחותנום קענען נישט באצאלן!
איך מיין אז די ווידיא זאגט אלעס וואס איז ראנג מיט אינזער חתונה סיסטעם. עס דארף אינז אלע צישאקעלען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:05 pm
דורך קאווע טרינקער
ערשטענס עס פעהלן די חברים פונעם חתן
וואס אין די היבש לאנגע אשכול, איז קיין גוטע הסבר נאך נישט ערשינען דארט.
ועוד, פאמליע סטייל איז נישט בנמצא - איך האב גארנישט מיט מיינע 17 פעטערס
ועוד, ס'איז דא חתונות יעדע נאכט, אנדערש ווי ביי די מאדערנע, וואס א חתונה איז א גאנצע עסק.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:57 pm
דורך אוהב דעת
בנוסף יעדער ווייסט אז ביי די בעלי שמחות איז די הארץ פארקלעמט וועגן די חובות, איז עס בגדר עני שאין מספיק סעודתו, נו וויאזוי קען איך זיך פרייען מיט יענעמ'ס צער און נאך טאנצן אויכעט ? אונז זענען נישט אזעלכע אכזרים.....

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:53 am
דורך קפנדריא
איך קען נישט זען דעם ווידיא, ווארשיינליך ווייל איך האב א פעסטן פילטער אויף מיין כלי, אבער בעצם וועגן טאנצן ביי היימישע חתונות זעט מען גאר אסאך היימישע חתונות וואו מ'טאנצט גאר שיין און לעבעדיג אז דער שפילער גלוסט זיך גארנישט אויפצוהערן שפילן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:00 pm
דורך שמעקעדיג
פאר ווער עס קען נישט זעהן דעם ווידעא,
סך הכל זעהט מען די פוס פון אפאר מענטשן וועלכע "שפאצירן" ארום געמיטליך ביים חתונה, כאילו ס'איז א שפאציר תשעה באב נאכן אויספאסטן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:06 pm
דורך שעפטל
מ'וואקט פשוט אפ די דיכטל וואס מ'האט נארוואס געגעסן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:21 pm
דורך town1
יא, עס איז ליידער א פאקט עס זענען דא אסאך דיפרעסטע מענטשן ביי אונז

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:33 pm
דורך פרענטש וואנילע
town1 האט געשריבן:יא, עס איז ליידער א פאקט עס זענען דא אסאך דיפרעסטע מענטשן ביי אונז


אינטערסאנט, בי "'אונז" איז דא דעפרעסטע מענטשען, און ביי "זיי" וואס ווייסען בכלל נישט וואס דעפרעסיע מיינט (?) האלט מען זיך אין איין נעמען דאס לעבען..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:06 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:יא, עס איז ליידער א פאקט עס זענען דא אסאך דיפרעסטע מענטשן ביי אונז


אינטערסאנט, בי "'אונז" איז דא דעפרעסטע מענטשען, און ביי "זיי" וואס ווייסען בכלל נישט וואס דעפרעסיע מיינט (?) האלט מען זיך אין איין נעמען דאס לעבען..

יכול להיות שהסבה שאצלינו אינו מצוי כל כך מאבדים עצמם לדעת, מפני שאנשים חוששים מאד ממה שנאמר בו, שאין לו חלק בעולם הבא, ויכול להיות שבלי חשש זה היה קורה אצלנו התאבדות המונית,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:09 pm
דורך דולה ומשקה
דאס קומט אז ביי קידוש וויינט מען
מ'זינקט דביקות'דיגע ניגונים וואס ברענגט צו וויינען
ביים מצוה טאנץ איז מען מספיד
פורים האט מען שוין צוטיילט אז עס אויך דא ווען צו וויינען
ל"ג בעומר וויינט מען
שלש סעודת וויינט מען
יום טוב וויינט מען
פסח ביים סדר וויינט מען - ביים צווייטעם האלב פי כמה
מ'כאפט זיך צו צי שובבי"ם א אפציעלע תירוץ צו וויינען

איבעראל האבעם רבי'ס / חסידים געזאגט אז עס איז א העכערע זמן, מ'קען זיך אויסבעוטען, ס'איז א שעת הכושר, אוטומאטיש ווערט די שמחה איבערגעדרייט צו מדרייט זיך און מ'דרייט זיך ארום און ארום, מ'קוקט נאר בלויז ווי יענער איז בשמחה.

דער אמת איז - אז מ'טאנצט ביי חתונות סתם יוצא צו זיין, נו אז מ'וויל יוצא זיין גייט מען רינגס ארום.