בלאט 1 פון 2
איך וויל מיך נישט לאזן טרעטן!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:56 pm
דורך shlomyg
יעדער טרעט אויף מיר אין איך וויל מאכן אן עק דערצי!!
מיין באלעבאס טרעט אויף מיר
מיין לענדלאר טרעט אויף מיר
מיין משפחה טרעט אויף מיר
יא ס'קען זיין איך הייס אויף די גאס א "גאלדענע הארץ" אבער טיף אין הארץ ווייסיך אז ס'קימט פשוט פין נישט קענען זאגען ניין! פין זיין א שוואכלינג אין נישט פייטן פאר מיינע רעכטען
איך האב מורא פין מיין באלעבאס איך האב מורא פין מיין לענדלאר אין איך עס קרעפ יעדען טאג! אין ס'טיט זייער וויי!!
גענוג איז גענוג!
די שעלה איז, וויאזוי קויף איך א נייע רוקן ביין ! וויאזוי ווער איך סעלפיש איבערנאכט?!
העלפ!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:01 pm
דורך זר זהב
זיך נישט לאזן טרעטן מאכט נאך נישט קיינעם 'סעלפיש'. דארפסט האבן א זעלבסט ווירדע, און קיינער טאר נישט דיר נישט צווינגען גארנישט עפעס וואס איז נישט וואס דו ווילסט. וואס מיינסטו צוזאגן אז דיין לענדלארד טרעט ? געב א משל.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:08 pm
דורך shlomyg
כ'ווייס אז מ'מיז נישט זיין סעלפיש, אבער די כאפסט וואס כ'מיין ציזאגן
ער האט מיר ציגענימען זאכן וואס כ'האב גאהאט פין עם (ניין ס'איז נישט געעוען קלאר געשריבען אינעם ליעס אז ס'איז מיין, אבער כ'האב עס געהאט פינעם טאג וואס כ'האב אריינגעמופט)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:32 pm
דורך נס קאווע
לענדלארד און בעל בית איז א שווערערע מעשה מ' דארף אנהייבן ביי משפחה און נאכדעם קען מען גיין ווייטער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:16 pm
דורך לעמיל
עס איז דא אסאך וואס העלפען פאר דעים הרב מאשקאוויץ, האגער פון ארץ ישראל. הורביץ און עס איז דא נאך אסאך
טריי אויס איינע פון זייער שיעורים וועסט ווערען א אנדרע מענטש
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:35 pm
דורך נס קאווע
גיבן זיי דען שיעורים בחנם? עס איז דא צו הערן טעיפס פון זיי?
הרב מאשקאוויטש האב איך גיהערט, האגער מיינעך גיט נאר פאר געלט און ס'נישט דא קיין טעיפס אחוץ די אינטראו וואס דארט איז ער מסביר וואס ער פארקויפט (אזויווי הרב פרידמאן איז זיין ספר - וואס האט מיר אגב אביסל ארויסגעהאלפן- ברענגט ארויס אז פאר יעדע פראבלעם זאל מען קומען צו איהם ($$$) און ער וועט גערן ארויס העלפן) הורביץ ווייס איך נישט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:54 pm
דורך לעמיל
ווען דו גייסט צו א דאקטער קאסט דיך אויך געלט
עס קאסט טאקע געלט אבער עב לוינט זיך
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 6:07 pm
דורך shlomyg
אין חכם כבעל הניסיון
האט איינער גענימן די שיעורים אין ס'האט געהאלפן?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 6:11 pm
דורך לעמיל
ריף זיי אן און פרעיג וועים דו קענסט ריפען פאר אינפא
נישטא וואס צו מורא האבען
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 6:30 pm
דורך מ גפני
shlomyg האט געשריבן:אין חכם כבעל הניסיון
האט איינער גענימן די שיעורים אין ס'האט געהאלפן?
יא! עס העלפט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 6:31 pm
דורך לעמיל
מ גפני האט געשריבן:shlomyg האט געשריבן:אין חכם כבעל הניסיון
האט איינער גענימן די שיעורים אין ס'האט געהאלפן?
יא! עס העלפט
זאג פרטים נישט סתם אז עס העלפט
אן אומזיסטע סעשאן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 6:49 pm
דורך עפל פאי
איז לאז זיך טאקע נישט, הייב אן א מערכה...
ערנסט גערעדט, וועסטו מוזן אדורך גיין דעם שווערן סטעפ פון זאגן "ניין", הייב אבער אן צעביסלעך, יעדן טאג איין קלייניגקייט, און פארשרייב זיך עס.
קלאפ זיך אליין אין פלייצע, פשי הא... סאיז מיר געלונגען, כ'האב זיך גערוקט היינט נאך א סטעפ.
יעדן טאג איין זאך מער. ביז דו וועסט ווערן אביסל באלאנצירט.
צווייטנס,
הייב אן קוקן אויף דיר ווי א מענטש, א ווערדפולע זאך, א נפש אלוקי ממעל, א חשובער דיאמאנט.
דו דארפסט נישט זיין סעלפיש, דו דארפסט זיין א נארמאלער מענטש, עס איז דא עפעס אינצווישן... דארפסט נישט פייטן פאר דיינע רעכטן, דארפסט וויסן אז דו האסט רעכטן און... 'נעם עס'... יא, פשוט נעם זיך די רעכטן.
פארשטיי,
אז א צוקוועטשטע שמאטע, אומזיסטיגע, נישטיגע פראדוקט האט דער גרויסער בורא עולם נישט געדארפט אראפ ברענגען און אויפהאלטן דא אויף דעם ערד-קוגל.
אויב אזוי איז דאך דא עפעס א גרויסע ווערד און תכלית אין דיר, שעץ עס! האלט עס חשוב, לאז עס נישט פארפאלן גיין און אוודאי נישט אונטערגיין.
זיך לאזן צוטרעטן מיינט נישט ענווה, און עס ברעכט נישט דעם יש (כ'מיין, אויב דו ווילסט זיין א חסידישער ערליכער איד און ארבעטן אויף גאוה, מאך נישט דעם טעות!) צוטרעטן דיין אייגענע נפש הישראלי איז א געוואלדיגער אומרעכט, זע עס נישט צו באגיין נאכאמאל.
ווי עס זעט אויס האסטו א פילבארע און ווייכע הארץ, איז אויב אזוי, לאמיר דיך פרעגן, וואלסטו געקענט צוזען ווי אזוי מ'צוטרעט א צווייטן אזוי ברוטאל?
איז פארוואס לאזטו עס טון צו דיר? דו ביזט דאך אויך א איד.
זיי שטארק, אמת'דיג (א שטארקער, דארף נישט ארויסשרייען זיין שטארקייט, ער איז בעצם שטארק!) און מאך דיר א ליסטע פון 10 ווערדפולע זאכן וואס דו זעסט אין דיר, נאכדעם 10 גוטע זאכן וואס דו האסט היינט געטון, א.א.וו. יעדן טאג ביז דו וועסט כאפן אז דו דארפסט זיך נישט לאזן טרעטן. דו האסט אן ערנסטע שוויות!
איין קליינע הערה,
עס איז דא מענטשן וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו אנהייבן, ווייזן זיי איבערגעטריבענע שטארקייט ביז עס פלאצט, ס'איז א שאד.
גיי צוביסלעך, א טריט נאך א טריט, ביז דו וועסט בעז"ה אנקומען. דו מוזט נישט געהיילט ווערן אין איין טאג, א קינד דויערט אויך היבש לאנג ביז ער וואקסט אויף, האב געדולט צו זיך און צו אנדערע אויך, אפילו צו די וואס צוטרעטן דיך, זיי כאפן נישט וואס זיי טוען.
קענסט עס ערקלערן פאר דיינע נאנטע אין א רואיגע מינוט, און בעטן מען זאל דיר געבן דיין פלאץ צו וואקסן.
כ'האף אז דו האסט פארשטאנען, עס איז דא אסאך צו לערנען אויף די נושא, ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, אבער עפעס איז עס.
בברכת עלה והצלח
איינער וואס פילט דיין פעין
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 7:21 pm
דורך קאווע טרינקער
shlomyg האט געשריבן:יעדער טרעט אויף מיר אין איך וויל מאכן אן עק דערצי!!
וויאזוי ווער איך סעלפיש איבערנאכט?!
העלפ!!
איבערנאכט קען זיך גארנישט טוישען, אויסער פון א בחור צו חתן.
איך פארשטיי פונקטליך דיין פראבלעם.
דו דארפסט נישט קיין שיעורים, זאג "ניין", איך קען "יא" אליין.
כ'האב אויך דעם פראבלעם, נישט אז כ'פיל מ'טרעט אויף מיר, נאר ס'איז מיר שווער צו זאגן "ניין", און יא, כ'ווייס כ'האב א גוט הארץ. איך שעם זיך נישט דערמיט.
כ'האב פאר דיר אפאר עצות
1 - ווען איינער בעהט עפעס פון דיר, ערשט זאג: כ'וועל עס איבערטראכטן / רוף מיך באלט צוריק / וכדומה. - אין-די-מיען-טיים, רוף אן דיין גאר-נאנטע חבר (מיט א שטארקע כאראקטער), וואס ווייסט דיין שוואכקייט; ניצט דיך נישט אויס, און דו שעים'סטך נישט פון אים - פארצייל'עם וואס יענער וויל פון דיר, און דיין חבר וועט דיך שוין עפענען די "שער התירוצים" וואס דו קענסט נוצען פאר דעם אויסנוצער.
(איך טו אזוי - איך פארצייל מיין ווייב, און זי געבט מיר אריין דעם ביטערען טעם אז ס'גליסט מיך שוין נישט צו פאלן פאר יענעם)
2 - חזר דיך איין, אז ווען דו זאגסט יענעם "ניין" - מיינט נישט אז דו ביסט שלעכט.
3 - טראכט נישט פון דעם א גאנצען טאג.
4 - סוף טאג מאך א חשבון וויפיל מאל דו האסט געזאגט "ניין", און פארגוטיג דיך כמספר הזה מיט וואס דו האסט ליב
ליבי עמך.
בנוגע די שיעורים וואס ידידי לעמיל האט ארויפגעברענגט דא, ווייס איך צו זאגן פון גאר א פיינע אינגערמאן וואס האט געהאט גרויס תועלת פון די שיעורים, - אבער יענער איז קודם געווען שרעקליך דערשראקן פון אנדערע/פרעמדע מענטשן.
איז אז מ'רעדט שוין. פארציילט מיר א חבר: מיין נאכט-כולל נוצט די זעלבע טיר ווי עפעס א קליינטשיק זאל'לע, דארט איז פארגעקומען שיעורים פאר מענטשן וואס דארפן בויען זייער "זעלבסטזיכערקייט" - איין טאג, גיי איך דארט אריבער, בטעות איז די טיר געווען אפען, והנה, א נאנטע חבר שטייט דארט, טאנץ, מאכט זיך נעריש, און דאס אלעס מיט זיין נאמען אין גרויס אויף א סטיקער ארויפגעקלעבט אויף זיינע בריסטען. - זעהט אויס אלץ איינע פון די אקטיוויטעטן דארט - יענער איז געווארן רויטער ווי רויט
כ'פארשטיי נישט , וואס שעמט זיך יענער, ער דארף זיין גענוג שטארק ביי זיך צו זאגן: יא, איך לייד פון די מחלה, און איך הייל מיך אויס ב"ה....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:15 pm
דורך sunbar
איך כאפ נאכנישט דער אשכול. איך וועל עס געבן נאך א טאג, צוויי...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:30 am
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:איז אז מ'רעדט שוין. פארציילט מיר א חבר: מיין נאכט-כולל נוצט די זעלבע טיר ווי עפעס א קליינטשיק זאל'לע, דארט איז פארגעקומען שיעורים פאר מענטשן וואס דארפן בויען זייער "זעלבסטזיכערקייט" - איין טאג, גיי איך דארט אריבער, בטעות איז די טיר געווען אפען, והנה, א נאנטע חבר שטייט דארט, טאנץ, מאכט זיך נעריש, און דאס אלעס מיט זיין נאמען אין גרויס אויף א סטיקער ארויפגעקלעבט אויף זיינע בריסטען. - זעהט אויס אלץ איינע פון די אקטיוויטעטן דארט - יענער איז געווארן רויטער ווי רויט
כ'פארשטיי נישט , וואס שעמט זיך יענער, ער דארף זיין גענוג שטארק ביי זיך צו זאגן: יא, איך לייד פון די מחלה, און איך הייל מיך אויס ב"ה....
נו, דאס איז דאך טאקע די מחלה פון וועלכער ער איז זיך געגאנגען היילן...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:11 am
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:עס איז דא אסאך וואס העלפען פאר דעים הרב מאשקאוויץ, האגער פון ארץ ישראל. הורביץ און עס איז דא נאך אסאך
טריי אויס איינע פון זייער שיעורים וועסט ווערען א אנדרע מענטש
הייב אן מיט מאסקאוויטש, האגער און הורוויץ. לאז זיך נישט פון זיי טרעטן!
זיי רעכענען גראבע געלט, הייב אן מיט זיי, גיי נישט צו זיי, און דערנאך וועסטו גיין ווייטער אין דיין נישט-זיך-לאזן-טרעטן עקספעדיציע
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:32 am
דורך לייבעלע
יאך בין פין די "געטרעטענע" (אדער געטרויטענע) און איך בין געגאנגען צי איינע פין די שיעורים הנ"ל און איך קען זאגען מיט א פולע מויל "עס איז ווערט יעדע פריטה", איך וויל נישט ארויסגעבען צו פיל פרטים, אבער דאס קען 'ך זאגן, אזויפיל אינפארמעישאן און חיזוק וואס כ'האב באקימען ביי די שיעורים איז אין לשער ואין לספר,
איך גיי נישט זאגן אז איך בין געווארען קאנפידענט איבערנאכט, אזעלעכע זאכען פארלאנגען א סך עבודה מיט כוח און מוח, און מען לערענט נישט דווקא קאנפידענץ און זיך נישט לאזען טרעטן, מען לערענט אויך וויכטיגע און אומבאקאנטע קאמוניקאציע מיטלען , יעדער מיינט ער ווייסט אלעס ביז ער גיייט אהין און הערט פרישע טיפס, ) מיט נאך אנדערע נושאים ואס טוישט דער גאנצער מהלך החיים לטובה,
די שיעורים דויערן עטליכע וואכען, יעדע וואך אפאר שעות, יעדע וואך עקסטערע איז מען קונה אסאך ידיעות און פראקטיק אין לעבען, און במשך די וואך ביז די קומענדיגער שיעור מאכט מען האומווארק מקיים צו זיין מבשרי אחזה, און די שיעורים אליינס זענען געווענדליך שעות פון תענוג וקורת רוח, כשרע אינטרטעיינמענט, און מען פארדינט ברוחנית ובגשמיות,
איך האב באקומען פאזעטיוו רעאקציעס פין מיין ווייב און קינדערלאך אויך פין מיין בעה"ב ביי די ארבעט, מיין משפחה און חבירים,
אלע פה אחד האבן געזאגט אויף מיר אז פנים חדשות בא לכאן, און איך בין שטאלץ מיט מיין דערגרייכונג בע"ה,.
פאני זאך איז, אז פאר איך בין געגאנגען צו די שיעורים האב איך אויך חוזק געמאכט פון עס, אבער איינמאל איך בין שוין געגאנגען דארט האב איך שוין אנדערש גערעדט, אשר ע"כ וויל איך דא בעטען ביים עולם, ווילאנג איר זענט נישט געווען אליינס, מאכטס נישט אוועק און פסקענט נישט אויף וואס איר 'מיינט' אז איר ווייסט. אפשר דארפט איר פערזענליך עס נישט האבן (כאטש איך טראכט אז יעדער קען עס ניצען), אבער מיט אייער לצנות איר קענט שטערן אנדערע פאטענציעל געהאלפענע לייענער דא
עד כאן אומרים בר"ח כסלו
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:37 am
דורך [NAMELESS]
נו לייבעלע זאג שוין צו וועלכע שיעור
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:39 am
דורך shlomyg
ישר כח לייבעלע, דאס איז וואס כ'האב געוואלט הערן טאקע
ווי אויך ישר כח פאר קאווע טרינקער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:13 am
דורך מ גפני
מיין השערה איז אז ער איז געווען ביים שיעור פון ר' יודל מעלבער אונטערן נאמען "להשיג", ווענד מיך אפ אויב איך בין נישט גערעכט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:33 pm
דורך shlomyg
איך שטעל מיך פאר אז אויב "דו" שטעלסט זיך פאר אז ער איז געווען ביי ר' יודל מעלבער מן הסתם ביסטו אויך געווען ביי אים? ווער האט עפעס צו זאגן וועגן ר' יודל מעלבער?
ביטע מיטטיילן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:33 pm
דורך קוגל
זיכער מעלבער! אנדערע געבן נישט קיין הוימווארק כמעט
איך בין געווען ביי די שיעורים און איך בין אויך פון די געטרעטענע און איך בין נישט זיכער אז עס איז ווערד אזויפיל געלט JUST פאר די אינפארמאציע איך וואלט געצאלט עס צו הערן אויף א סידי נישט מער.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:31 am
דורך קאווע טרינקער
איך האב א שכן וואס האט ליב מ'זאל אים מגלח זיין ביי זיך אין שטוב. - נישט ביים מקוה איד, און נישט ביים רוסישע בארבער.
ער פלעגט האבן א יונגערמאן א שכן וואס פלעגט קומען אים שערן לעת מצוא.
יענער האט זיך אריבער געצויגן צו אן אנדערע געגענט, און מיין שכן איז געבליבן אן קיין שערער!
ונפל הדבר על צווארי! - יעדע פאר וואכן באקום איך א רוף "קאווע (נאמן געטוישט צוליב ...) קענסט מיך קומען שערן 2:51 נאכמיטאג? דעמאלסט האב איך צייט............"... נו, קאווע איז דאך א גוטער, און געזאגט "יא".
(אגב, יענער האט 3 זוהן וואס וואונען צוויי בלאק אוועק)
אבער וויפיל איז די שיעור צו זיין גוט?
פאריגע וואך, אין די קורצע פרייטאג, באקום איך א רוף, כרגיל. און מיין תשובה איז געווען "איך בין זייער פארנומען היינט" - וכך הוה. מוצאי שבת טרעפ איך אים - ער איז אפגעגאלט! וויאזוי? כ'ווייס נישט.
און בעיקר, איך האב מיך "נישט" פארענטפערט!
לאמיר זעהן וואס וועט זיין ערב שבת חנוכה... הבא עלינו לטובה...