בלאט 1 פון 1

הגונב מן הגנב, פאלגריזים אין שטיבל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:01 am
דורך משה געציל
פריער האט זיך דא אין שטיבל אפגעשפילט א סענזאציע ווען איינער איז געגאנגן און קאפירט א העכסט געלונגענע ארטיקל פון ידידנו ר׳ [...] און געפענט א פרישע אשכול אינטערן קעפל ״די וועלט אמאל״, עכ״פ אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט בהשקפה ראשונה. פארשטייט זיך אליינטס אז אונזער געטרייע הנהלה האט תיכף פארשפארט דעם אשכול.
וואס האט מיר אבער געקוועטשעט איז, ממילא ער נעמט א ארטיקל פון איין זייטל און פאסט עס אויף א צווייט זייטל קען איך נאך אפשר דערהערן, עס מיז דאך נישט זיין אז איינער וועט עס באמערקן. אבער גיין נעמען א ארטיקל פון ״קאווע שטיבל״ און ארויפלייגן אויף ״קאווע שטיבל״... איך מיין... גאט אין הימל?! עס וועט דאך גלייך זיין וואס וועלן עס באמערקן! וואס איז געווען זיין חשבון דא???

לאחר חקירות וגגלגות בין איך ב״ה דערגאנגן וואס דא איז פארגעקומען. א בלאג מיטן נאמען דאס אידישע ווארט וואס האט זיך לעצטענס געפענט, האט געזוכט שטאף פאר זיינע ליינערס. דערזענדיג אזא געלונגענע שטיקל פון [...] איז ער געגאנגען -נישט מער און נישט ווייניגער- גענומען [...]׳ס תגובה, געקאפיט, משנה שם געווען דעם קעפל, און יאללא... פרישע סחורה פאר זיינע געטרייע בלאג ליינערס. פארשטייט זיך אן אנגעבען סיי ווי א מקור! פאלגריזים לכל הדיעות.
מה עשה הקב״ה? הזמין שניהם לפונדק אחד... האט זיך געמאכט אז פערצאפל איז דארט געווען א קאווע שטיבל מעמבער, דערזענדיג אזא גוטע ארטיקל האט ער געטון דאס זעלביגע וואס דער בעל הבלאג האט געטון געקאפיט און אהער געברענגט אין קאווע שטיבל.

דער בעל האשכול -נישט וויסענדיג אז יענע ארטיקל איז געגנבטע סחורה- איז ווייטער באגאנגען א פארברעך מיטן אהער ברענגען דעם ארטיקל אן צו ברענגען א מקור דערצו. נישט נאר איז ער באגאנגען א פארברעך, נאר ווען ער זאל ווען צוברענגען א מקור וואלט ער זיך איינגעשפארט היבש אביסל בזיונות -הגם טייל ליינער וואלטן גלייך באמערקט אז עס קומט פון אונזער שטיבל- מיז דאך אבער נישט זיין אז ער האט געליינט א יעדען תגובה דא. למעשה האט ער נישט צוגעצייכענט א מקור, האט אים עס געקאסט אביסל אומזינסטיגע בזיונות.
הלכהדי׳ג קען מען אים טאקע נישט באשולדיגן ווייל ער איז דאך בס״ה א גונב מן הגנב וואס איז פטור (עכ״פ אויף כפל זיכער), נאר חוקי השוכלי דארף יא מחייב זיין נישט צו באגיין אזאנס, בפרט היינטיגע צייטן ווען עס איז זייער גרינג נאכצוגיין.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:18 am
דורך ברוין
משה געציל די ביסט גיט און מאכן תורות אבער דא קען פשוט זיין אז דער איד האט עס באקימען אין אימעיל אזויווי איך און ער האט געוואלט מחי זיין דעם ציבור דא.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:36 am
דורך לאדיך אפ
איך זע אז דאס גאנצע בלאג איז איין שטיק געגנבט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:39 am
דורך [NAMELESS]
ברוין האט געשריבן:משה געציל די ביסט גיט און מאכן תורות אבער דא קען פשוט זיין אז דער איד האט עס באקימען אין אימעיל אזויווי איך און ער האט געוואלט מחי זיין דעם ציבור דא.

נישט קיין חילק פון ווי ער האט עס געהאט האט ער געדארפט שרייבען פון ווי ער האט עס , און זיך נישט מאכן ווי ס׳איז זיין אייגענע זאך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:02 am
דורך שמעקעדיג
אז איינער האט יא עקסעס צו יענעם בלאג, קען מען אהערברענגען דעם גאנצן שטיקל פון "די "שלום בית"... אריין אין מאחורי...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:04 am
דורך איך אויך
לאדיך אפ האט געשריבן:איך זע אז דאס גאנצע בלאג איז איין שטיק געגנבט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:09 am
דורך געפילטע פיש
איך זע אז ער האט אויך געלייגט אן ארטיקל פון מאחוה"פ, פון די אשכול "אן ארטיקל איבער שדוכים", אבער אינטערעסאנט אז די דעיט אויף די בלאג פאוסט איז א טאג פאר די דעיט פון די אשכול, ווי אזוי קען דאס זיין?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:17 am
דורך ידען
ווייל די ארטיקעל איז שוין געווען אין גאס א פאר טעג פאר סע ארויף אין קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:19 am
דורך לעמיל
טעות

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:23 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז ער האט אויך געלייגט אן ארטיקל פון מאחוה"פ, פון די אשכול "אן ארטיקל איבער שדוכים", אבער אינטערעסאנט אז די דעיט אויף די בלאג פאוסט איז א טאג פאר די דעיט פון די אשכול, ווי אזוי קען דאס זיין?

האסט נישט געלייגט קיין לינק צו די ארטיקעל דא אין שטיבעל , אבער אויב געדענק איך גיט איז דארטען געשטאנען אז עס קימט פון יענע בלאג

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:35 am
דורך יידל
דאס האט דער בעל הבלאג פלאגיאירט פון ר' יאנקל.

דער האט שוין חזקה פון גנבה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:40 am
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז ער האט אויך געלייגט אן ארטיקל פון מאחוה"פ, פון די אשכול "אן ארטיקל איבער שדוכים", אבער אינטערעסאנט אז די דעיט אויף די בלאג פאוסט איז א טאג פאר די דעיט פון די אשכול, ווי אזוי קען דאס זיין?

האסט נישט געלייגט קיין לינק צו די ארטיקעל דא אין שטיבעל , אבער אויב געדענק איך גיט איז דארטען געשטאנען אז עס קימט פון יענע בלאג

אויב געדענק איך גוט האט מען אמאל געבעטן אז מ'זאל נישט לינקען צו מאחוה"פ אינעם אפענעם פארום, און ביזט גערעכט, ער שרייבט דארט "(געקאפיט פין עפעס א סייט)", טעות לעולם חוזר.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:53 am
דורך געפילטע פיש
אויב האט איר טענות אויף עם קענט איר עם רופן אדער אימעילען, זיין נומבער און אימייל אדרעס קענט איר טרעפן אנליין.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:14 am
דורך טאמבל סאס
חחח, האסט עם געהעריג געהר'גט...
וואו איז זיין שכל געווען?
מ'קען דאס בכלל פארמיידן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:16 am
דורך געפילטע פיש
אוודאי, קוק אויף רוב סייטס וועסטו נישט טרעפן קיין פרייוועט אינפארמעישען פון מענטשען.
איך וויל נישט הארגענען קיינעם, איך מיין כ'וועל אראפ נעמען די לינק, ניין? כ'בין דאך נישט קיין רשע.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:21 am
דורך טאמבל סאס
זעט אויס ער איז געווען א מחמיר. אין קעיס איינער האט א שאלה צו ער האט עס אליין מחבר געווען.
הער אויס, גנב'נען פון אנדערע מענטשן איז א געפערליכע עולה, און מוז פארשריגן ווערן אדער צומאל באשטראפט ווערן. און אז ער איז א גלאטע נארעלע וואס לאזט איבער פאון נאמבערס ווי ער גייט איז עס זיין אייגן חרא.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:25 am
דורך געפילטע פיש
גערעכט, אבער איך דארף עם נישט העלפן זיך צו הארגענען זיין רעפיוטעישען, ווער ס'וויל שטארק קען עס אליין זוכן, ס'איז א סימפעל גוגל סוירטש.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:29 am
דורך טאמבל סאס
יעצט וועלן אונז ווארטן אויף אן אפדעיט פון דער וואס האט אים שוין אנגעקאלט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:37 pm
דורך משה געציל
ברוין האט געשריבן:משה געציל די ביסט גיט און מאכן תורות אבער דא קען פשוט זיין אז דער איד האט עס באקימען אין אימעיל אזויווי איך און ער האט געוואלט מחי זיין דעם ציבור דא.

האסט עס באקומען אין אימעיל? נעם די מיה און שרייב צו ״באקומען אין אימעיל״.
יידל האט געשריבן:דאס האט דער בעל הבלאג פלאגיאירט פון ר' יאנקל.

דער האט שוין חזקה פון גנבה.

יישר כח יידל פארן מחזיר זיין יאנקל׳ס גניבה. ווען איך האב געזען דעם ארטיקל בין איך געווען זיכער אז איך האב עס שוין אמאל געזען אבער איך האב זיך נישט געקענט דערמאנען.