בלאט 1 פון 7
ליפא'ס שוהל אין עירמאנט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:17 pm
דורך [NAMELESS]
ווי יעדער ווייסט האט ליפא שמעלצער גע'עפענט א נייע שוהל אין עירמאנט לעבן מאנסי. די שוהל איז גלייך ביי זיין הויז.
ער האט געבויט די שוהל אין לויף פון עטליכע יאר , און ס'איז ארויסגעקימען א הערליכע הערליכע שוהל.
די עולם האט אנגעהויבען זעהן די שוהל נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקימען א קליפ פון די דאווענען פארגאנגענע הושענה רבה. מ'האט געזעהן מיכאל שניצלער זונגען, און די אינטערסאנטע סטייל פון די שוהל.
דא איז די קליפ
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9ZG5YDVH068[/youtube]
א נייע פיקטשער ווייזט בערי וועבער ביי די בימה מיט א גיטאר
Weber.jpg
יעצט מורי ורבותי. ווער האט שוין געהאט א געלעגענהייט צו זעהן די שוהל. וואס גייט דארטען פאר? ווער דאווענט דארטען? וואס איז די ציל? ווען שפילט מען די מוזיק? וכו'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:31 pm
דורך town1
די זעהסט נישט אויפן קליפ וואס עס גייט דארט פאר
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:37 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:א נייע פיקטשער ווייזט בערי וועבער ביי די בימה מיט א גיטאר
א נייע פיקטשער ווייזט בערי וועבער ביי די בימה מיט "טלית ותפלין"!
מי כעמך ישראל!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:39 pm
דורך זר זהב
ווער איז בערי ועבער? אפשר מיינסטע פנחס וועבער? דאס איז נישט ער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:41 pm
דורך אברעמעל
זר זהב האט געשריבן:ווער איז בערי ועבער? אפשר מיינסטע פנחס וועבער? דאס איז נישט ער
ניין ער האט געמייינט צו זאגן בערי שמעלצער, שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן.
---
שעמעקדיג קליק אויף די בילד וועסטו זעהן די גאנצע בילד.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:42 pm
דורך זר זהב
וואס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:18 pm
דורך שמעקעדיג
בערי וועבער. זה שמו נאה לו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:20 pm
דורך זר זהב
איז יענער א באקאנטער פיגור? א גיטאריסט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:26 pm
דורך מים חיים
מוזיק ביים דאווענען איז נישט רעפארם?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:27 pm
דורך זר זהב
רעפארם איז ווען מ'טוט דאס שבתים/ימים טובים.
דאס איז סתם סטופיד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:36 pm
דורך מים חיים
איך גיי נישט אריין צו עס איז סטופיד צו נישט.
שבת איז חילול שבת, אינדערוואכן איז רעפארם.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:41 pm
דורך gehlungen
מים חיים האט געשריבן:מוזיק ביים דאווענען איז נישט רעפארם?
Its just CARLBACH style !
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:27 pm
דורך חד גדיא
נאך בילדער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:27 pm
דורך חד גדיא
.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:44 pm
דורך לאדיך אפ
יאנקל האט געשריבן:מים חיים האט געשריבן:מוזיק ביים דאווענען איז נישט רעפארם?
פרעד מעקדאוועל פון "אן דה מעין ליין" שרייבט טאקע צו א סארקאסטישע באמערקונג צו דעם בילד:
They said organs, but they never said guitars!
ווי? אויף זיין בלאג?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:46 pm
דורך איחוד פעלד
עס איז אינטרעסאנט די מענטשען זענען לכאורה אונזערע וואס זענען מן הסתם געוועהן ערגער און ביי דעם אויך נישט געהאלטען, און אז זיי האלטען ביים דאווענען אויף דעם אופן איז עס אוודאי חשוב.
אינטרעסאט אז זיי האבען דארט א קארגער צוויי מנינים, איינער שאקעלט זיך אריין מיט די תפילין, אויב חול המועד, ווער זענען די חסידישע תפילין גייערס?
און ווי איז ליפא?
און ווען איז דאס הושענא רבה פאר הקפות? צו נאך הקפות? אדער א תפילה פאר מען קלאפט די הושענות?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:52 pm
דורך smart
yes this is reform
and wate karlibach did eventhow he is amazing but in this point he was defiantly wrong
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:09 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
smart האט געשריבן:yes this is reform
and wate karlibach did eventhow he is amazing but in this point he was defiantly wrong
reform or wrong ? you gotte decide
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:56 pm
דורך איחוד פעלד
מוזיק ביים עסען איז חסידיש, ביים דאווענען איז עס, ליפאריש. וואס איז א חילוק רעפארם אין ליפארעש?
כדי צו זאגען אז עס איז אן עוולה דארף מען נישט זאגען בע בע בע, רעפארם, ווייסעכוואס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:58 pm
דורך איחוד פעלד
כמיין אז דאס איז דער קליפ וואס דער מחבר האשכול האט באמת געמיינט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?feature=endscreen&NR=1&v=AOZIuADNhbg[/youtube]
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:50 am
דורך חאצקל
היינט איז נישט רעפארם דאס וואס באדרויעט אידישקייט, דעריבער זענען אלע תקנות קעגן רעפארמער הנהגות מער נישט רעלעוואנט היינט, אויסער די זאכן וואס איז נגד התורה ממש וואס איז אן רעפארם אויך אסור. כנל"ע.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:54 am
דורך שמעקעדיג
חאצקל, ס'איז נישט אזוי פשוט, וואסי מיט די אלע פרויען וואס ווילן דאווענען פארן עמוד מיט א טלית כדי צו האבן איקוועל רייטס ווי די מענער? און נאך אזעלכע משוגעת'ן? אזא רעפארם איז א סכנה פאר אידישקייט היינט אויך.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:21 am
דורך קפנדריא
אין די תקנות קעגן רעפארם איז קלאר אריינגעשריבן אז מ'טאר נישט שפילן מוזיק ביים דאווענען, אויב יא טאר מען נישט אריינגיין אין אזא שול וכו', דעמאלס איז געווען די סטייל צו האבן א ארג"ל [פיאנאו בלע"ז], וואס דאס געפינט זיך גראדע אויך אויף דעם בילד, איך האף אז אז ביי זיי איז עס בלויז אומוויסנהייט און אמעראצעס, אבער באדעם ליין, ס'שטינקט נישט גוט.