בלאט 1 פון 21
כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:13 pm
דורך זר זהב
מילק שעיק'ר חסידים זענען אריין אין א טיפן טרויער נאך וואס דער גבאי האט געמאלדן אז דער רבי וועט - אנדערש ווי געפלאנט - נישט וויילן חנוכה אין בעיסוואטער. ס'קוים א יאר דורך זינט די פטירה פון אבינו רועני כ"ק אדמו"ר מ'אייז קריעם זי"ע הכ"מ, און די חסידים אין בעיסוואטער האבן אזוי ארויסגעקוקט אויפ'ן רבינ'ס ערשיינונג.
פון רבינ'ס הויף גיט מען אן די סיבה איז צוליב די שטורעם נאכווייען.
-----------
אין אנדערע נייעס הערט מען אז דעם רבינ'ס שליט"א אינגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מ'ספייסי פרענטש פרייס שליט"א וועט ווי געפלאנט פירן אלע חנוכה נעכט אין דמשק פענסילוועניע נישט ווייט פונעם רבינ'ס ציון אין ליבערטי ניו יארק.
------------
אויב איינער ווייסט מער דעטאלן זאל ביטע שרייבן. און ביטע נאר מיט רעספעקט כמובן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:01 am
דורך עוד מישהו
הרה"ג אב"ד ור"מ מעקק'דרייוו ומצודתו פרוסה על דאנקין דאונאטס והגלילות יצ"ו שליט"א, וועט שבת מפרסם זיין שיעורו ברבים אין מסביר זיין בטוב טעם ודעת, פארוואס א איד האט נישט קיין רעכט צו האבן א דריסת הרגל, אין די געשעפט וואס איז קעגן כל הקדוש לנו קענטאקי פרייד טשיקן אדער ווי גערופן kfc.
דער רב שליט"א וועט פארלערנען זיין וועכנטליכן שיעור די וואך, אין ביהמ"ד הגדול והמפואר דקהל פיצה האט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:02 am
דורך זר זהב
אה ענדליך איינער מאכט זיך וויסענדיג... א דאנק

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:11 am
דורך שעפטל
אריין אין שמייכל!!!!!!!!!!!! ארויס פון צימעס אבער שוין!!!!!!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:14 am
דורך זר זהב
נישט אזוי שנעל!
אינטערעסירט עפעס יעדן צי מיין רבי גייט יא זיין אין פאר ראקעוועי צי נישט? כ'מיין אז ניין. וועגן דעם האביך עס דא געלייגט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:20 pm
דורך שמעקעדיג
לץ איינער.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:22 pm
דורך קלארק
נארישקייטן, דער פאקט ווייסט יעדער, מילק שקר רבי האט זיך פיין דערשראקן ווען ער האט געהערט אז זיין עלטערע ברודער רבינו שליט"א הגה"ק מ'אייז קריעם שליט"א (דער עכטער מ"מ אביו בעל אכילת גלידה זצ"ל) גייט זיך געפינען חנוכה אינעם דערנעבעדיגן לאורענס, שלמה גבאי האט געסטראשעט נאך פאר ר"ה אז אויב רבינו שליט"א וועט גיין קיין לאורענס וועט ער נישט לאזן מילק שקר גיין קיין פאר ראקעוועי.
יעצט שעלטן די מילקיס.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
קלארק, שלום וברכה! (א שיינע ניק, וד"ל...)
דיין ערשטע ווארט איז "נארישקייטן".. ס'איז טאקע צימעס דא, אבער מען קען פארברענגען אויף א ליבליכע פארנעם!
אגב האבעך געהערט אויף דעם מילק-שקר רעבין אז ער גייט פאר שלום, ער איז אנטקעגן מחלוקת, אנדערש ווי מאנכע רבנים.
איז אויב ווילסטו זיך באמת אננעמען לכבודו, דארפסטו רעדן מיט רעספעקט צום חבר!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:49 pm
דורך זר זהב
אה שוין, איינער האט זיך געעפענט א ניק זיך צו שלאגן. שלומאלייכעם אידער וועי. איך זעה אז דו ביזט פון די אייזלען (הערה: די חסידים פונעם עלטערן זון דער רבי מ'אייז קריעם רופט מען ביי אונז די אייזלען, זיי רופן אונז - חסידי כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א - די מילקיס).
דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט! אונז גייט גאנץ ווייניג אן אז דיין רבי איז נע ונד, פליט אהער און אהין ווי ער קען נאר צוזאמען קראצען עפעס א חסיד'ל. מיין רבי פלעגט יעדעס יאר גיין קיין פאר ראקעוועי נאך ווען ער איז געווען רב הצעיר, די אומשטענדן פונעם שטורעם לאזט עס פשוט נישט צו. אבער נישט געזארגט, מיין רבינ'ס זוהן דער דיין אין קהילת סעסימי טשיקן (חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'סעסימי טשיקן שליט"א) גייט וויילן 2 חנוכה נעכט אין ראקעוועי.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:50 pm
דורך זר זהב
שקויעך שמעקעדיג! איך האב געבעטן אין אנהויב אז מ'זאל זיין רעספעקטפול און ציוויל.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:55 pm
דורך קלארק
שמעקעדיג האט געשריבן:קלארק, שלום וברכה! (א שיינע ניק, וד"ל...)
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:04 pm
דורך שמעקעדיג
אין א אנדערע חסידות זאגט מען:
ווער עס פארשטייט, פארשטייט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 6:58 pm
דורך עוד מישהו
זר זהב האט געשריבן: (הערה: די חסידים פונעם עלטערן זון דער רבי מ'אייז קריעם רופט מען ביי אונז די אייזלען, זיי רופן אונז - חסידי כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א - די מילקיס).
א גוטע וואך
אוי וויי אמנון יצחק האט גע'אסר'ט די מילקיס, ער רופט דאס מילקי מאוס, משורש מיאוס.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:38 pm
דורך איך אויך
נו פעה, מילקי איז א העברעיש ווארט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:10 pm
דורך אבי גערעדט
דשאסט אין: מילק שעיק'ער רבי שליט"א האט נארוואס געמאלדן אויף טוויטער, אז אזויווי ער איז א געוואלדיגער אוהב קאפעטשינאו ורודף פרענטש ווענילא אין ער טוט וואס אימער אוועקצושטיין פון מחלוקת, אין צוליב וואס אלע פריוון אויסצוארבעטן בדרכי שלום האבן זיך אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז, וועט דער רבי שליט"א טוען א געוואלדיגע מעשה רב אין היי יאהר בכלל נישט צונדן קיין חנוכה לעכט.. עס איז ערווארטעט אז די מעלדונג וועסט פאראורזאכן א געפערליכע שטורעם האלט אייך געשפאנט
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:13 pm
דורך petergrifin
נאך איינער האט געשריבן:הרה"ג אב"ד ור"מ מעקק'דרייוו ומצודתו פרוסה על דאנקין דאונאטס והגלילות יצ"ו שליט"א, וועט שבת מפרסם זיין שיעורו ברבים אין מסביר זיין בטוב טעם ודעת, פארוואס א איד האט נישט קיין רעכט צו האבן א דריסת הרגל, אין די געשעפט וואס איז קעגן כל הקדוש לנו קענטאקי פרייד טשיקן אדער ווי גערופן kfc.
דער רב שליט"א וועט פארלערנען זיין וועכנטליכן שיעור די וואך, אין ביהמ"ד הגדול והמפואר דקהל פיצה האט.
ר״ל װי אינז האלטען הײנט אז מעמישט בשר בחלב לשם שמים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:14 am
דורך זר זהב
רבינו מ'מילק שעיק שליט"א ביי די הקפות שניות. (מערקט אן עטליכע אייזלען לאכן און מאכן חוזק)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_5AUy9vTGpQ[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:26 pm
דורך sunbar
נאכן טאנצן אזוי איז ער טאקע א מילקשעיק.
זר"ל, ביסט אייזן!!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:27 pm
דורך זר זהב
sunbar האט געשריבן:נאכן טאנצן אזוי איז ער טאקע א מילקשעיק.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:37 pm
דורך קלארק
[quote="זר זהב"]רבינו מ'מילק שעיק שליט"א ביי די הקפות שניות. (מערקט אן עטליכע אייזלען לאכן און מאכן חוזק)
יא יא... טיפיקעל מילקי אזוי ווי אלע שונאים זיך נישט געדרייט קיינמאל ביי רבינו הגה"ק בעל אכילת גלידה זי"ע ווייסט אפילו נישט ווער ס'איז וואס. איך זעע נישטא קיין איין אייז קריעם חסיד! וואס איך זעה יא ביים סוף קליפ ווי א מילקי ווארפט אראפ זיין אייגענעם רבין! א שטויס האלטן ענק פון ענקער שקר רבי'ן, ער האט נעבעך נישט געוואוסט אז מ'רעקארט עס. אבער דו רעדדיך ווייטער איין אז אייז קריעם חסידים גייען צו דיין רבי'ן, אויב דאס מאכט אייך העפפי.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 5:39 pm
דורך זר זהב
קלארק וואס פעהלט אויס צו שרייבן מיט אזא האס? עפעס באדערט אייך?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 6:06 pm
דורך sunbar
דער בחור-אינגערמאן וואס מען שלעפט אריין טאנצן איז נישט אזא שטארקע חסיד. ער איז געקומען ווייל זיין טאטע האט עם געצווינגען. דער וואס שלעפט עם אריין איז א בהמה. ער מאכט אז נעקסטע מאל וועט ער נישט קומען.. .
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:03 pm
דורך signout
פארוואס איז נישטו קיין קינדער אפטיילונג געהעריג פאר אזעלכע געשמאקע שמיעסן?