בלאט 1 פון 7

וועלכע לעפטאפ זאל איך קויפן?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:53 am
דורך [NAMELESS]
איך דארף וויכטיג קויפן א נייע לעפטאפ, אבער איך האב נישט קיין מושג וואס איז די בעסטע דיל. איך וויל די בעסטע וואס איך קען באקומען פאר ביז 5-600 דאלער. פערפעריבלי מיט ווינדאוס 8.
(יעצט פאנגט זיך אהן די שווארצע פרייטיג סיזען)

ווער קען ארויסהעלפן??
א גרויסן יישר כח פון פאראויס!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:11 am
דורך [NAMELESS]
קען מיר איינער זאגען אויב דאס איז א גיטע דיל?
http://www.amazon.com/Asus-K55A-DH71-15 ... 622&sr=1-3

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:15 am
דורך זר זהב
649 איז די ביליגסטע וואס כ'האב געזען

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:17 am
דורך [NAMELESS]
ביליגסטע אויף וואס? ס׳איז דא אסאך ביליגערע , נאר אלעס ווענדט זיך וואס מ׳באקימט פאר די פרייז

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:17 am
דורך זר זהב
פאר די מאדעל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:23 am
דורך [NAMELESS]
איך זיך נישט דווקא די מאדעל. איך פרעג נאר צו ס׳א גיטע דיל , און אויב איך קען טרעפען א בעסערע דיל.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:04 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז פאראן מאדעלס פון 300 ביז 1,500. די שאלה איז, וואס זוכסטו? וואס גייסטו טון דערויף? ווי גרויס די סקרין? ווי גרינג/שווער? ווי לאנגע באטערי?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקי א דאנק פאר'ן זיך אנריפען
דא איז די אינפאו פון מיין יעצטיגע לעפטאפ, (פון וואס איך בין גאנץ צופרידען) , און לאמיר גיין פון דעם ווייטער

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
וויפיל אינטש סקרין האסטו? און ווילאנג ווילסטו דיין בעטערי זאל האלטן? און ווי שווער מעג עס זיין? (ד.ה. זיצטו רוב צייט דערמיט אויפן טיש/בעט, אדער שלעפסטו עס אסאך ארום און דארפסט א לייכטע זאך?)

וויפיל האסטו געצאלט פאר דיין אלטע? ס'קוקט אויס צו זיין גאנץ א בעיסיק מאדעל.
רוב לעפטאפ'ס היינט וועלן דאס איבערשטייגן.

אז דו ענטפערסט מיינע שאלות קען איך פרובירן רעקאמענדירן.

היינט איז אין סטייל (פאר אביסל מער געלט) די "אלטרע-בוקס" גאר דינע און לייכטע לעפטאפס, אבער זיי האבן נישט קיין DVD דרייווס (וואס רוב מענטשן נוצן ממילא נישט 99% פון די צייט) און האבן בלויז געציילטע פארטס (למשל נאר 2 USB, נישט קיין נעטווארק נאר ווייערלעס, וכדו').

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב א גרויסע סקרין - איך מיין 17 אינטשעס. און איך האב געצאלט בערך 550 פאר דריי יאהר צוריק. איך וואלט געוואלט א DVD דרייוו - בעטערי מיז נישט זיין מער ווי 3-2 שעה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:קען מיר איינער זאגען אויב דאס איז א גיטע דיל?
http://www.amazon.com/Asus-K55A-DH71-15 ... 622&sr=1-3


לויט דיין לעצטע לעפטאפ, איז דאס צופיל פאר דיר. קענסט טרעפן אביסל ביליגער.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
אויף וויפיל איך פארשטיי (נישט) וואלט איך געוואלט האבען א טשיפ פון i5 אדער מער, און כאטש 7200 rpm

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
דיין לינק אויף עמעזאן איז נאר א 15 אינטש סקרין. איז דאס גענוג פאר דיר?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
17 אינטשעס איז נישט אזוי וויכטיג.
ASUS איז בכלל א גיטע קאמפעני??

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
i5 איז לכאורה מער ווי גענוג.
7200 רפ"מ איז זייער נישט מצוי היינט, איבער 90 פראצענט לעפטאפס האבן די 5400 רפ"מ.
פאר רוב מענטשן איז עס נישט קיין ביג דיעל, בפרט אויב נעמסטו מיט א SSD פאר ווינדאוס (אויב ווייסטו וואס איך רעד)

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
ASUS איז לעצטנס געווארן זייער א אויפגעכאפטע קאמפעני, און יא, זיי הייסן א "פרימיום" קאמפעני. מ'צאלט טאקע אביסל מער פאר זיי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
רייט. SSD איז טאקע גיט מיט אפילו 5400

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ASUS איז לעצטנס געווארן זייער א אויפגעכאפטע קאמפעני, און יא, זיי הייסן א "פרימיום" קאמפעני. מ'צאלט טאקע אביסל מער פאר זיי.

איז מיין פריער'דיגע לינק לכאורה יא א גיטע דיל. ניין?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:55 pm
דורך לאדיך אפ
כמיין אז ווינדאוס 8 איז נישט גוט. נעם ענדערש ווינדאוס 7. פארוואס דארפסטו א i5? א i3 איז לכאורה גענוג פאר דיר. און דו האסט נישט גענטפערט שמעקי'ס פראגע וועגן שוועריקייט. דו קענסט באקומען גאנץ ביליגע אבער ס'וועגטאסאך. סוי אויב דו שלעפסט עס ניש ארום נעם ווי שווערער ווייל סקומט אויס ביליגער.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ASUS איז לעצטנס געווארן זייער א אויפגעכאפטע קאמפעני, און יא, זיי הייסן א "פרימיום" קאמפעני. מ'צאלט טאקע אביסל מער פאר זיי.

איז מיין פריער'דיגע לינק לכאורה יא א גיטע דיל. ניין?


גערעכט, פאר א i7 און 7,200 הארד דרייוו איז עס גאנץ גוט.
פארגעס נישט אז אויף א 15 אינטש סקרין וועסטו קענען זעהן ווייניגער ווי אויף א 17, ס'איז נישט אלעס קלענער, נאר אלעס די זעלבע גרויס נאר א קלענערע רעזאלושען.
זיי שרייבן אז עס וועגט 8 פונט. ס'מאכט נישט קיין סענס, ס'איז צו שווער פאר א 15 אינטשער. אבער ביי "שיפינג וואג" זאגט עס בלויז איין פונט. א מאדנע טעות.
ס'האט א DVD דרייוו, 4 USB פארטס, 2 דערפון די נייערע שנעלערע USB 3.0, ס'האט א נומעריק קיפעד (נומבערס רעכטס פונעם קיבאורד), אבער איך זעה נישט אויב ס'האט בעק-לייט אויף די קיבארד (מסתמא נישט).
די מייזעלע פעד האט נישט קיין "עכטע" באטענס, נאר מ'קליקט אריין אינעם פעד; ס'נעמט אביסל צייט זיך צו געוויינען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:06 pm
דורך שמעקעדיג
לאדיך אפ האט געשריבן:כמיין אז ווינדאוס 8 איז נישט גוט.

פארוואס "מיינסטו" אזוי? אסאך מאל, אז מען מיינט נארט מען זיך.
עס האט א געוואלד מעלות, שנעלער, גרינגער, אבער איז אביסל שווער זיך צוצוגעוויינען.
מיט אפאר מינוט זיך קען מען עס מאכן אויסזעהן פונקט ווי ווינדאוס 7.
מען דרוקט דעם ווינדאוס קנעפל + D, און ביסט אין דעסקטאפ מאוד.
נאכדעם איז דא א פלאג-אין וועלכע אינסטולירט א סטארט קנעפל, און מאכט אז ווינדאוס זאל באאטן אינע דעסקטאפ מאוד, און ס'איז א מחי' פון אלע זייטן.

לאדיך אפ האט געשריבן:פארוואס דארפסטו א i5? א i3 איז לכאורה גענוג פאר דיר.

וואס הייסט לכאורה? די 3 איז נאר גענוג פאר די בעסיק מינימום.
אז איינער וויל אביסעלע מער, לוינט זיך צו צאלן פאר די i5.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:39 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי. קודם כל האמיר געגעבן פאר שמעקעדיג צוויי לייק'ס פאר'ן טרייען צו העלפן. יעצט צום ענין. איך בין גרייט צו ספענדען 5-600 דאלער און איך וויל באקימען די בעסטע וואס איז מעגליך פאר די פרייז . סאו די ASUS זעהט אויס ווי זייער א גיטע אפשען.
די שאלה איז אויך אויב איך זאל ווארטען נאך אפאר טעג ביז עס קימט נענטער צו בלעק פריידעי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:41 pm
דורך געפילטע פיש
אויב ער האט געהאט א celeron dual core פראסעסער וועט עני i3 זיין גענוג, און i3 i5 און i7 זענען אזעלכע מעדזשיק ווערטער, אבער ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס, ס'דא דריי גענעראציעס, די ערשטע (פארגעסן די נאמען, סענדי ברידזש און אייווי ברידזש. און אין יעדע גענערעישען איז דא אנדערע מאדעלקע'ס, סא אויב דארפסטו דאס נאר פאר בעיסיק וועב און מייקראסאפט אפיס וועט עני "i" זיין גענוג.
דו דארפסט א הויכע רעזאלושען? דו וואטשט מאוויס דערויף? פאטאשאפ?

און יא, איך וואלט געזאגט זאלסט צו ווארטן, פאלאו די סעילס סייסט, קענסטוך שפארן 50-100 דאלער.