בלאט 1 פון 1

יוניאן ברענגט אונטער 18,500 דזשאבס

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:49 am
דורך outspoken
די באוואוסטע Twinkies און Wonder Bread וואס מ'זעט זייער טראקס ארום פארן אין די גאסן, דעליווערנדיג ברויט און דאנאטס פאר כמעט יעדע גוי'אישע קארנער סטאר, וואס איז שוין אין ביזנעס פאר בערך 80 יאר, האט היינט געמאלדן אז זיי גייען צושפארן זייערע טירן און 18,500 מענטשן וועלן פארלירן זייער ארבייט.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען קאמפעטישן און דאס טויש פון אמעריקאנער בירגער צו עסן געזונטערע עסן האבן אראפגעברענגט די קאמפאני צו דערקלערן באנקראט, וואס דאס צוברעכט אלע קאנטראקטן מיט די יוניאן ארבייטערס מיט זייער פענשאנס.

צוויי חדשים צוריק האט די קאמפאני געוואלט פארהאנדלען מיט די יוניאן ווייטער אנצוהאלטן די ארבייטערס פאר ווייניגער געלט און שעות, אבער די יוניאן'ס ענטפער איז געווען ארויסצוגיין אויף א סטרייק, וואס האט נאך מער צובראכן די קאמפעני אז זיי מוזן פארמאכן די טירן, און 18,500 מענטשן בלייבן אויפן וואסער.