בלאט 1 פון 3

שווארצער פרייטאג דיעלס

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:32 am
דורך בונם
בלעק פריידעי, ווי עס ווערט גערופן אין אמעריקע, איז איין טאג נאך די טענקסגיווינג חגא, און דער טאג הייבט זיך טראדיציאנעל אן דער שאפינג סעזאן.

געשעפטן עפענען זיך פריער ווי געווענליך. אפט אזוי פרי ווי פיר אזייגער פארטאגס, אדער נאך פריער. עס איז פון די פארנומענסטע שאפינג טעג אין יאר, און מעגליך גאר דער סאמע פארנומענסטער שאפינג טאג פונעם יאר.

דער נאמען "בלעק פריידעי" איז געגעבן געווארן צו באשרייבן די געדיכטע מאסן און שווערער טראפיק פון א טאג נאך "טענקסגיווינג" וואס האט פארשווארצט די גאסן. א שפעטערע הסבר אויף דער נאמען איז געגעבן געווארן, אז דער טאג ברענגט גרויסע פראפיטן פאר די געשעפטן און זייערע פינאנצן ווערט געשריבן אין שווארצע טינט אנשטאט אין רויט.

דאס יאר וועט בלעק פריידעי אויסקומען קומענדיגע וואך פרייטאג, נאוועמבער 23, און היות מיר אלע קוקן ארויס אויף די גאר גרויסע מציאות וואס מען קען אין יענעם טאג איינהאנדלען, איז דער אשכול געווידמעט אז מען זאל לייגן סיי וועלכע גוטער דיעל וואס האט א שייכות מיט בלעק פריידעי.

עס איז גוט און וויכטיג צו געדענקען אז אין דעם טאג איז די קאנקורענץ אזוי גרויס, אז מען קען זעלטן טרעפן אזעלכע מציאות דורכאויס דעם יאר, ווי אין דעם איינעם טאג.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:44 am
דורך אבי גערעדט
די קונץ פון בלעק פריידעי איז, אז מ'מאכט דיך קויפן זאכן וואס די דארפסט ניטאמאל, אין וואס די וועסט אפשר ניטאמאל ניצן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:59 am
דורך [NAMELESS]
אקעי , סאו ווער קען מיך העלפען מיט טרעפען א גיטע לעפטאפ
viewtopic.php?f=25&t=2369

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
אבי, איך האב אויך אזוי געמיינט, ביז איך בין געגאנגען קויפו עפעס וואס כ'האב טאקע געדארפט (א געוויסע סארט פאטא-פאפיר אין סטעיפלס) און איך האב געשטוינט פון התפעלות אז עס איז געווען ביליגער פון האלב די געווענליכע פרייז.

מענטשן קענען אויך אפשטופן זאכן וואס זיי דארפן בכלל, אויף דעם טאג. אלע קאמפיוטערס, הארד דרייווס, פלעש דרייווס, און קעמרעס, און אנדערע עלעקטראנישע זאכן, וואס מענטשן קויפן ממילא דא און דארט, האבן אבנארמאלע מציאות דערויף.

אמאל האט זיך נישט געלוינט אויפצושטיין פארטאגס און זיך שטופן אין די רייע מיט די כוליגאנעס,היינט האבן רוב געשעפטן די זעלבע מציאות אנליין אויכעט, און ס'איז ממש א מחי'.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:12 am
דורך בונם
בעסט ביי בלעק פריידעי ספעשלס.

עס איז אויך דא ספעציעלע בלעק פריידעי עפפס פאר די סמארטפאונס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:32 pm
דורך געפילטע פיש
היינט איז אויך דא סייבער מאנדעי (Cyber Monday) פאר אנליין שאפינג, וירא שמים יוצא ידי שניהם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:53 pm
דורך נס קאווע
זענען אלע מציאות אויך דא אנליין אדער מ' דארף גיין אין די געשעפטן? און ווען לוינט ענדערש פרייטאג אדער מאנטאג?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:06 am
דורך נס קאווע
איז דאס א גוטע דיעל?
http://more4lessdigital.com/ProductDetails.asp?id=29663
קען מען טרעפן ערגעץ בעסער?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:18 am
דורך שמעקעדיג
זוכסט א קעמרע? זוך עס אונטערן בעט.
גיב א קוק ביי אלע עלעקטראנקס פארקויפער, פון אמאזאן ביז סטעיפלס און בעסט ביי און נו-עגג, און צנדליגער אנדערע, אלע האבן ספעשלס אויף קעמרעס.
וואס מיינסטו צו זאגן?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:22 am
דורך נס קאווע
איך זוך וויפיל איך קען איך בין נישט א ספעציעלע גוגל הדור דאס האביך געטראפן
http://more4lessdigital.com/ProductDetails.asp?id=29663
אמאזאן, איבעי, בי ענד עיטש, נוי עגג, אדאראמא, בעסט ביי, האביך נישט געטראפן ביליגער ווי $450

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:30 am
דורך שמעקעדיג
וואספארא סארט קעמרע זוכסטו?
דאס איז זייער טייער

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:35 am
דורך שמעקעדיג
אין די לינק הנ"ל ווייזט ער א קאנאן G15, פאר $369
דאס איז זייער א גוטער דיעל, ווייל דאס איז גאר א נייע און אויסגעצייכענטע קעמערע, און קאסט $500 געווענליך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:35 am
דורך בונם
נס קאווע האט געשריבן:איך זוך וויפיל איך קען איך בין נישט א ספעציעלע גוגל הדור דאס האביך געטראפן
http://more4lessdigital.com/ProductDetails.asp?id=29663
אמאזאן, איבעי, בי ענד עיטש, נוי עגג, אדאראמא, בעסט ביי, האביך נישט געטראפן ביליגער ווי $450

איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט געשפרינגען ביז $450.

דאס איז א מציאה רבה און מיט פילע מעלות.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:37 am
דורך שמעקעדיג
פון די אלע אויף אמאזאן דא איז נישט גוט פאר דיר?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:38 am
דורך נס קאווע
דאס איז וואס איך זוך מכמה סיבות
א קעמערע וואס זאל זיין גוט אין לאו לייטינג, די פלעש פון די קעמערע זאל נישט טונקל מאכן די שטוב און זאל נעמען פיקס אינעוויניג ווי אינדרויסן, ווייניגער לעג טיים, ווייניגער ווארטן צווישן איין פלעש און צווייטן מיין קליינער ווערט נעלם בינתיים און פלעשן צום טאקט אויף די סעקונדע וואס איך וויל.
די G12 דארף הייסן זייער גוט און דאס הייסט האט באקומען א נייעם סענסאר ספעציעל פאר לאו לייטינג

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:39 am
דורך נס קאווע
בונם האט געשריבן:
נס קאווע האט געשריבן:איך זוך וויפיל איך קען איך בין נישט א ספעציעלע גוגל הדור דאס האביך געטראפן
http://more4lessdigital.com/ProductDetails.asp?id=29663
אמאזאן, איבעי, בי ענד עיטש, נוי עגג, אדאראמא, בעסט ביי, האביך נישט געטראפן ביליגער ווי $450

איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט געשפרינגען ביז $450.

דאס איז א מציאה רבה און מיט פילע מעלות.

$450 פאר די וואס דו זעסט אין לינק

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:40 am
דורך נס קאווע
יישר כח, די SX130 וואס איז פון די בעסטע קעמערעס אויף די מארקעט האט די אלע אויבן דערמאנטע חסרונות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:43 am
דורך נס קאווע
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די לינק הנ"ל ווייזט ער א קאנאן G15, פאר $369
דאס איז זייער א גוטער דיעל, ווייל דאס איז גאר א נייע און אויסגעצייכענטע קעמערע, און קאסט $500 געווענליך.

איך וויס אז עס איז זייער א גוטע דיעל אסער איך וויל וויסן צו מ' קען נאך טרעפן ביליגער ווי אויך די ריוויוס פון די זייט געפעלט מיר נישט

Watch out for More4LessDigital.com, they lie big time!!! Ordered a camera from them 10/21/10 & was emailed an order number, which didn't even say what the item was on order. Didn't hear anything else about camera...so I called following week 10/25/10, they said 3 digit # from credit card was wrong & that they emailed me (never got...
read more
Votes (2) • Comments (4) • Link to this review
scottj3

Scott J. They are a Front....SCAM! SCAM SCAM SCAM.......................................
11/4/10 • Votes (0)

jayb10

Jay B. I wish I had seen this comment before buying from "More4Less". The same situation happen to me. I got the same Email, and they tried to sell me something else on top. After all this, they sent me a clone item. Couldn't get an RA. You only have 7 days from the day you place the order to return it but you get it 10 days after. In other words, you are buying "AS IS". Now I'm stuck with it. They have all my information and you never know what use will they give it. NexTag should be more carefull when choosing merchants that rip pleople off. BEWARE!!!!!
11/23/10 • Votes (0)

melchort

Melchor T. It was unfortunate of me not to have seen these comments before I ordered a Nikon D7000 DSLR camera body from more4lessdigital.com earlier today, 01-16-2012. After receiving a confirmation of my order, I received an email asking me to call them to confirm my order. I called and was told the item was "back-ordered" (out of stock) and will not be available for the next two weeks. Yet, when I checked, the advertisement still showed. I said I will wait. Then I was rudely told that they were cancelling my order. Having been told that after having given my credit card information and other personal information, I suspected a SCAM. I notified the Better Business Bureau (BBB).
1/16/12 • Votes (1)

jamesw43

James w. They lie and are dishonest.. They claim they need to re verify the credit card and subsequently tell...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:41 pm
דורך געפילטע פיש
זעט נישט אויס ווי קיין ארענטליכע סייט, אבער אויב האסטו א גוטע קרעדיט קארטל מיט בייער פראטעקשען קענסטו קויפן.
דרך אגב, קענסט קויפן די G12 ביי B&H פאר $299, אויך א שטוינענד ביליגע פרייז.
ווי אויך די S100 פאר $229 אויף אמאזאן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:00 pm
דורך שמעקעדיג
א הוספה צו יאנקלס דיעל פון בי.ענד.עיטש.
דאס איז א USB 3.0 הארד דרייוו, וואס מאכט דעם דיעל נאר זיסער.
אויב דארפט איר א עקסטערנאל הארד דרייוו, נעמט בלויז מיט USB 3.0

גראדע האב איך לעצטנס געקויפט א וועסטערן דיזשידטעל הארד דרייוו פאר בלויז $90, סך הכל האבעך איבערגעצאלט 10 טאלער, נישט געפערליך (כ'האב עס ממילא געדארפט פאר דעמאלס, איך האב עס נישט געקענט אפשטופן).

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:10 pm
דורך געפילטע פיש
וועסטערן דיגיטאל האסטו היינט געהאט פאר $50, אבער ס'איז שוין אויספארקויפט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:19 pm
דורך נס קאווע
געפילטע פיש האט געשריבן:זעט נישט אויס ווי קיין ארענטליכע סייט, אבער אויב האסטו א גוטע קרעדיט קארטל מיט בייער פראטעקשען קענסטו קויפן.
דרך אגב, קענסט קויפן די G12 ביי B&H פאר $299, אויך א שטוינענד ביליגע פרייז.
ווי אויך די S100 פאר $229 אויף אמאזאן.

וועל איך אסאך גליקליכער זיין מיט א G15 ווי א G12?

פאר סאם ריזען (זייט איך האב מיך אפגעבריט ביי א אנדערע סייט) האב איך ליעב צו קויפן ביי בי ענד עיטש

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 2:24 pm
דורך זר זהב
ב"א ה' א' מלך.. שלא עשני גוי

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8O6IMYSSs7c[/youtube]