בלאט 1 פון 2

איך קען שוין קוים ווארטן אויף/אז:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:32 am
דורך זר זהב
אויף דזשי ענד דזשי'ס חנוכה סעיל. -- מיין סוט איז האלב חרוב כ'מוז קויפן א ניי'ס.
---
אויך קען איך שוין קוים ווארטן אויף משיח. (פארשטייציך)
=========
אויף וואס קענט איר קוים ווארטן?

לאמיר הער'ן, לאזט נישט ווארטן!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:34 am
דורך משה געציל
מר. זר זאל עפענען עפעס א פרישע אשכול.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:35 am
דורך זר זהב
איך האב דיר נישט געלאזט ווארטן! די אשכול איז קוים א מינוט אלט (אינג)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:48 am
דורך berlbalaguleh
אז די היטינג סיסטעם ביי מיר אינדערהיים זאל נעמען ארבעטן. פון אלע הבטחות ווער איך געפרוירן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:49 am
דורך זר זהב
טוה אן א דזשעקעט אויף דערווייל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:12 am
דורך זעמיל מילכיגער
כ״א כיסלו וואס גייט פארקומען אויף די ״הייליגע״ מקום שרקדו אבותינו

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:01 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:טוה אן א דזשעקעט אויף דערווייל

דאס איז שוין נאכ'ן אנטון דעם דזשעקעט. כ'בין זיכער אז דו ווילסט נישט הערן די גאנצע (אפילו נישט די האלבע) מעשה. אבער כ'על עס דאך פארציילן. מיין לענדלארד זאל זיין געזונט, א טייערע איד. האט דריי יאר צוריק מחליט געווען אז מען מוז איבערבויען זיין דירה. האט ער דעיס יאר, תשע"ב לפ"ק תיכף נאך שבועות העעל"ט ארויסגעמופט. ר'האט זיך אויסגענומען מיט'ן קאנטראקטער אז די דירה פון טענענט מוז בלייבן אומגעשטערט. דער חשבון איז געווען אז אויף סוכות (מ'האט נישט געזאגט וועלכן יאר) וועט שוין אלעס זיין פארטיג. די ערשט זאך וואס דער בילדער האט געטון איז חרוב געמאכט דעם אלטן היטינג סיסטעם מיט א הבטחה אז ס'גייט קומען א נייע. דעם ערשטן חלק האט ער מקיים געווען. מיט די צווייטע העלפט מוטשעט ער זיך. שקויעך פאר'ן אויסהערן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:07 am
דורך זר זהב
זיכער האביך געוואלט הערן דאס גאנצע. איך אין דיינע שיך וואלט נישט באצאלט רענט! יא דו הערסט גוט!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:26 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:זיכער האביך געוואלט הערן דאס גאנצע. איך אין דיינע שיך וואלט נישט באצאלט רענט! יא דו הערסט גוט!!

איך בין שוין צו אלט צו פיהרן מלחמה. דער לענדלארד האט אריינגעווארפן א פאר עלעקטריק היטערס און צוגעזאגט צו צאלן דעם ביל. נאר וואס ס'באדערט די מערסטע איז אז דער בילדער מאכט אפילו נישט דעם אנשטעל אז ער איילט זיך צו ענדיגן דעם היטינג סיסטעם פאר פסח.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:28 am
דורך זר זהב
אבער אויף פסח וועסטעס האבן? שוין, ווארט צו אביסלע...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:38 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אבער אויף פסח וועסטעס האבן? שוין, ווארט צו אביסלע...

לאו דווקא. ס'קען זיין אויף שבועות. מיין טאטע ע"ה האט געזאגט א גוט ווערטל. "פאר אן ארימאן איז אייביג גוט. זומער איז עהם גוט הייס. און ווינטער איז עהם גוט קאלט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:42 am
דורך זר זהב
און איך בין יעצט גוט מיד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:52 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:און איך בין יעצט גוט מיד

איך אויך. ווייל אנישט וועט מען מוזן נעמען א צווייטן בעל עגלה צו שחרית. שקויעך פאר אויסהערן. א גוטע וואך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:35 am
דורך לאדיך אפ
אויף חנוכה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:30 am
דורך קאווע טרינקער
אויף ברכת החמה

איך קען שוין קוים ווארטן!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:48 am
דורך זר זהב
צו גיין קיין אויסטראליע און עסן אין די רעסטאראנט

ס'גאר גאר געשמאקע עסן, און מענטשן ווערן דארט געהאלפן (בלויז מיט'ן עסן!) מיט וואס נאר מ'דארף!

די עסן דארף נישט קיין הכשר!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:42 pm
דורך העלא
אז די צייט זאל אויפהערן פארן אזוי שנעל,

קאם אן, די עולם וויל דא שטיפן די צייט, איינער אויף חנוכה איינער אוויף פסח,


איך האלט עס נישט אויס די יארן לויפן, און מ'טוט כמעט גארנישט אויף מיט די טעג

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:26 pm
דורך זר זהב
גוט געזאגט העלא! :like

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:31 pm
דורך יידל
צו גיין צו די אווארדס.

ס'גאר גאר אינטערעסאנטע אווארדס, און מענטשן ווערן דארט געהאלפן (בלויז מיט'ן קוקן!) מיט וואס נאר מ'דארף!

מ'איז נישט עובר דארט אויף שמירת עינים!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:33 pm
דורך זר זהב
חחחחח...

באט וויט אלל דו רעספעקט ביזטע ראנג... איך וויל נישט דא צימעס'ן, אבער איך קען אפאר חברה וואס זענען געגאנגען צו יענע אווארדס און זענען אהיימגעקומען פארדארבן... שוין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:35 pm
דורך יידל
העי, אין דיין רעסטוראנט האט דען נישט קיין היסטאריע פון אנמאכן א פארדארבענע מאגן? שוין, לאמיך נישט רעדן...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:37 pm
דורך זר זהב
:lol: :D

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:46 pm
דורך שמעקעדיג
...אהיימצוגיין פון די ארבעט. כתינוק הבורח.
איי, צו וואס? נאר כדי צו קענען גיין שלאפן און מארגן נאכאמאל גיין דינען מיין בעה"ב?

ס'לעבן זייגט. אבער ב"ה אז מ'האט ארבעט.