בלאט 1 פון 3
הרב יעקב קאמינעצקי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 9:36 pm
דורך יידל
מארגן פרייטאג איז די יארצייט פון הרב יעקב קאמינעצקי. הרב קאמינעצקי איז געווען אן אויסגערופענער גאון מיט אן אפענעם קאפ.
ליינט וועגן דעם גדול אין
וויקיפעדיע,
וויקיפדיה און
Wikipedia.
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
רבי יעקב איז געווען א לעכטיגער איד, א גאון וועמענס חידושים האבן זוכה געווען צו הערות פון חזון איש, א מזכה הרבים, און גאר א קלוגער מענטש מיט וועמען אסאך האבן זיך מתייעץ געווען; ער איז געווען פארהאלטנסמעסיג זייער מעסיג און ברייט, די פארקערטע פון קיצונות. און זיינע קינדער זענען ממשיך בדרכו, לא מיבעי זיין זון רבי נתן דער מחבר פון "מעיקינג אף א גדול", נאר אויך זיין זון הגאון הצדיק רבי שמואל איז א גאון, א אוהב ישראל און גרויסער עסקן, אבער זייער א מעסיגער נארמאלער מענטש און דער מנהיג פון די מעסיגע ליטווישע אידן אין אמעריקע
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 12:42 am
דורך דולה ומשקה
מ'דארף נעמען אין באטראכט אז דא אעפ"י וואס ער האט טאקע משמש געוועהן אלץ מנהל ור"מ במתיבתא 'תורה ודעת', דארף מען אבער וויסען אז פארדעם האט ער משמש געוועהן ברבנות אסאך יארען אין ליטא אין דער שטעטל 'ציטיוויאן', אויך שפעטער אין טאראנטא איז ער געוועהן א פוסק אין א מורה הוראה.
אזוי אויך זיין לעצטע צוואנציג יאר נאכדעם וואס ער האט זיך שוין געהאט אפגעזאגט פון זיין פאסטען פון ישיבת תורה ודעת, אין האט זיך אריבער געצויגען קיין מאנסי, אפילו ער האט נישט אנגענומען קיין צום אפציעלע פאסטען, דאך האבען די תושבי העיר איהם אנגעפרעגט אין יעדע הינזיכט, ולא נעשה דבר גדול או קטן שלא על פיו והסכמתו, ורבים השכימו לפתחו לדרוש את דבר ה' זו הלכה.
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 9:49 pm
דורך ישבב הסופר
ספרו 'אמת ליעקב' עה"ת יושב על המדף ליד שלחני בשבת קודש, ואני מרבה לעיין בו, יש בתוכו חידושים נפלאים בנויים כמין חומר, והכל בדרך מובן ופשוט. חובה לחובבי החידושים הפשוטים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:51 am
דורך על המחיה
מען פארציילט אז די סאטמערע רב זי"ע האט אים אמאהל אפיר גענומען, היתכן אז ער חתמ'ט אז מען דארף גיין וועלען ביי די בחירות אין ארץ ישראל
האט אים ר' יעקב גע'ענטפערט אז דע עולם גייט מילא צי די בחירות זארגט ער אז זיי זאלען לכה"פ וועלען פאר די פרימע פארטיי
אזוי?? זאגט די סאטמערע רב, אז די זעהסט איינעם ממילא עסען א חזיר פלייש וועסטו זארגען מען זאל עס לכה"פ שחט'ן כדין?
ניין, אוודאי נישט ענטפערט ער מיט א שמייכל, איך וועל אבער זארגען ער זאל נאר עסען חצי שיעור...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:44 am
דורך ישבב הסופר
לא כך היה מעשה, אביסל אנדערש.
הרה"ץ מסקולען זצוק"ל רצה שהרב מסאטמאר זיע"א יחתום על קול קורא שלו, והביא את הגר"י קמנצקי שידבר עם הד"י שיסכים לחתום. כשנכנסו שאל הד"י את הרי"ק על מה בא, ענה רי"ק שבא לקבל חתימת הרבי על קול קורא בענין מסוים. ענה הד"י "מדוע אתם רוצים חתימתי? מי שומע אלי וסר אל משמעתי?" ענה הרי"ק "הלא אם קטון אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה!". ענה הד"י "יש לי ראיה שאין זה נכון. ראה, גיליתי דעתי שאין ללכת לבחירות, ואתם חותמים שיש ללכת!... זה ראיה שאין לי כ"כ כח, והציבור לא שומע לי..." ענה הרי"ק "אני חתמתי שיש ללכת לבחירות? חתמנו שמי שכבר הולך לבחור, יצביע בעד אגודה." אמר הד"י "אזוי.. היינו שמי שאוכל דבר אחר, אתה רוצה שלפחות ישחטהו ואח"כ יאכלנו..." ענה רי"ק "לא, שמי שאוכל דבר-אחר, יאכל חצי שיעור..." והד"י נהנה וחתם על הקול קורא.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:04 am
דורך קאווע טרינקער
ישבב הסופר האט געשריבן:ספרו 'אמת ליעקב' עה"ת יושב על המדף ליד שלחני בשבת קודש, ואני מרבה לעיין בו, יש בתוכו חידושים נפלאים בנויים כמין חומר, והכל בדרך מובן ופשוט. חובה לחובבי החידושים הפשוטים.
אסאך חידושים זענען געבויט אויף חכמת הדקדוק. זייער אינטערסאנט.
אויך זיינע חידושים על הש"ס זענען אזוי נתקבל על הדעת. להפליא.
ער איז געווען אן אמת'ע נארמאלע מענטש.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:43 pm
דורך תלמיד חכם
די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:32 am
דורך דולה ומשקה
תלמיד חכם האט געשריבן:די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.
דער סיפור הדברים איז לוטה בערפל
כעין א סוכה וואס מניצט לבוד, דופן עקומה, גיד אסיק, מיעוט לפנים רוב בחוץ, פרסו עליה מפה...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:36 am
דורך קאווע טרינקער
דולה ומשקה האט געשריבן:תלמיד חכם האט געשריבן:די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.
דער סיפור הדברים איז לוטה בערפל
כעין א סוכה וואס מניצט לבוד, דופן עקומה, גיד אסיק, מיעוט לפנים רוב בחוץ, פרסו עליה מפה...
און "הואיל"........
הואיל די רבי איז דאך געווען דאס קלוגסטע שייך, און הואיל "יעדער" האט געהאלטן פון רבי'ן... ממילא......
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:26 pm
דורך תלמיד חכם
.
דער סיפור הדברים איז לוטה בערפל
כעין א סוכה וואס מניצט לבוד, דופן עקומה, גיד אסיק, וכו.
אס אז ר' מיכאל בער איז געווען א 'דזיניעס' האסטו מסתמא געליינט אין געהערט, אז רבינו יואל איז געווען שארף אין קליג אין א ריזן תלמיד חכם ווייסטו אויך , צי פין זיינע ספרים צי סתם מעשיות, אין בכלליות זענען רוב טייטלבוים'ס קליגער ווי א האלבערשאם טווערסקי אין רויזענבוים. (זייטס מדייק כ'האב נישט געשריבען אז זיי זענען נאריש אד'ג) אין די מעשה וועל איך נאכאמאל איבערפרעגען פין ר' יעקב'ס משפחה אדער פין איינער וואס איז מיר באגלייבט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:40 pm
דורך היסטאריקער
איך געדענק ווען ר׳ יעקב זצ״ל האט מספיד געווען דעם רבי׳ן זי״ע ביי די הקמת מציבה
בתו״ד האט ער מברר געווען אז דער תנא ר׳ עקיבא איז אלט געווען 93 יאר ( די רבי איז אזוי אלט געווען)
אינמיטן זיין הספד האט א. ג. פון לאנדאן זיך גענומען שרייען היתכן מ׳ לאזט א ציוני רעדן
פארשטענדליך אז מ׳ האט אים ארויסגעפירט פון ביהמ״ד
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:51 pm
דורך קאווע טרינקער
היסטאריקער האט געשריבן:אינמיטן זיין הספד האט א. ג. פון לאנדאן זיך גענומען שרייען היתכן מ׳ לאזט א ציוני רעדן
פארשטענדליך אז מ׳ האט אים ארויסגעפירט פון ביהמ״ד
this was the answer to that question?
i guess it is, in some cults
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:02 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי, דער רבי (וועלכער איז געווען דער גדול הדורות) מיט רבי מיכאל בער (וועלכער האט געמאכט קארס פארן אויף וואסער) האבן גערעדט אין לערנען, און דער ליטוואק וואס קען אביסל דרייען מיטן פינגער האט אביסעלע מיטגעהאלטן.
עס דערמאנט מיט פון דעם רבי'נס שיעור אין טעלז, דער רבי האט געגעלטע די בארד און געגעבן א זאג אזא שיעור, הוא מותיב והוא מפרק, און נאכדערצו האט עזריאל אונטערגעקרעכצט, אזזש, די ליטוואקס זיצן נאך יעצט געפלללעפט מיט די צינגען אינדרויסן. באלד דערנאך האט רבי אברהם קאלמאנאוויטש א זאג געטון "דער לעצטער לייב"! והיה לפלא
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:53 pm
דורך איך אויך
קופערניקוס האט געשריבן: מיט רבי מיכאל בער (וועלכער האט געמאכט קארס פארן אויף וואסער)
די לעגענדע דערציילט מען אויף עטליכע ראשי ישיבות, געווענליך מיט די הוספה אז די אויל מאפיע האט יענעם געסטראשעט מיטן לעבן אויב ער געבט עס ארויס, איין גירסה פארציילט אפילו אז מען האט איינעם געהרגעט, אינטרעסאנט צו וויסען צו די מעשיות האבן עפעס האפט און אויב יא ווי איז עס מעגליך אז קיינער אין די וועלט האט נאכנישט מצליח געווען צו טרעפן דעם גאונישן פאטענט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:07 pm
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן: מיט רבי מיכאל בער (וועלכער האט געמאכט קארס פארן אויף וואסער)
די לעגענדע דערציילט מען אויף עטליכע ראשי ישיבות, געווענליך מיט די הוספה אז די אויל מאפיע האט יענעם געסטראשעט מיטן לעבן אויב ער געבט עס ארויס, איין גירסה פארציילט אפילו אז מען האט איינעם געהרגעט, אינטרעסאנט צו וויסען צו די מעשיות האבן עפעס האפט און אויב יא ווי איז עס מעגליך אז קיינער אין די וועלט האט נאכנישט מצליח געווען צו טרעפן דעם גאונישן פאטענט.
קיינער אין די וועלט?
נישט ממש.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:28 am
דורך על המחיה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:18 pm
דורך לעיקוואד
דער גאנצער פשעטל האט ער פארשריבען אין זיין ספר "אמת ליעקב" על התורה, פרשת בראשית עמ' טו , וז"ל:
ודברי רמב"ן אלה הם שעמדו לי נשעה
שראינו איך שבני אדם יורדים מעל המטוס
ע"י סולם על גלגל הלבנה וחשבתי בלני מה
יענה כעת הרמב"ם ז"ל שכתב שהלבנה היא
בעלת צורה רוחניתוו והרהרתי כלבי שנעת
נצחה הקבלה את הפיליסופיא ונחמתי את
עצמי כדברי רמב"ן אלו
אבל כפי שאנחנו מתייחסים לדברי
הראשונים שסוברים אנו בגדר של אלו ואלו
דברי אלקים חיים א"כ אע"פ שכמקום זה
אין הלכה כמותו אבל שיהיו דבריו דברי
טעות לא יכולתי להשלים ואם טעה
הרמב"ם בהלכות יסודי התורה מדוע לא
יטעה בהלכות שכת וכדומה
והנראה בזה דהנה לכאורה יש לתמוה
על כל הענינים שכתב הרמב"ם בארבעת
הפרקים הראשונים של הלכות יסודי התורה
הא כתב הרמב"ם בסוף הלכות אלו פ"ד
הלי"ג וז"ל ועניני ארבעה פרקים אלו הם
שחכמים הראשונים קוראין אותו פרדס וכו'
ובחגיגה דף י"א ע"ב איתא אין דורשין
במעשה כראשית כו' ולא במרכבה ביחיד
אא"כ היה חכם ומבין בדעתו וכו' וא"כ
כודאי לא נכתבו עניינים אלו אלא נמסרו
כעל פה מפה לאוזן וא"כ איך כתכן
הרמצים בחיבורו ופירסמם לכל וכפרט
שהרמב"ם עצמו בפ"ר הל"י הביא הדין
הזה שאין דורשין בדברים האלו ברבים וכו'
וא"כ מדוע כתכן בספרו
ובעל כרחנו אנו צריכין לומר שמה
שמסר לנו הרמב"ם בפרקים אלו אין זה לא
מעשה מרכבה ולא מעשה בראשית אלא
כתב כל הר' פרקים אלה מדעתו הרחבה
מתוך ידיעות בחכמות חיצוניות כלומר
שלא מחכמת התורה אלא הרי זה
פיליסופיא בעלמאי ונאמר שכבר השיג
עליו הגר"א ביו"ד סי' קע"ט סקי"ג
שהפיליסופיא הפתו ברוב לקחה ועיי"ש
והרמב"ם כתב פרקים אלו רק בתור הקדמה
לספר יד החזקה ועיקר הספר מתחיל מפרק
ה' כל בית ישראל מצווין על קידוש השם
וכו' ואין לדמות טעויות בהלכות אלו
לטעויות בהלכות שכת וכדומה ודו"ק.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:43 pm
דורך אויס מענטש
ער פלעגט יארן דאווענען אין סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי הנקרא חרדים
און איין טאג איז צו געגאנגען מ.ד.ב. און אריינגעלייגט א צעטיל אין זיין טלית בייטל אז ער איז א מין און ציוני, און מען טאר נישט אים מצרף זיין צו מנין,
און ר' יעקב האט טאקע אויפגעהערט צו דאווענען דארטן.
דער ברך משה זצ"ל איז דאן געווען אין אמט.
און ער האט זיך געגעסן דערויף, אויף אזא טפשות.
ווען ער איז געווען אין מאנסי, איז דער אויבערדערמאנטער אריין מיט א בירור להלכה אז מען טאר נישט ר' יעקב'ן מצרף זיין צו מנין,
געבויט אויף ש"ס, תורה פון דעם רבין דער דברי יואל,
דער ברך משה האט אנגעכאפט דעם קונטרס און עס צוריסן בפניו
און געפרעגט דעם חכם: "האסטו דאס אמאל געזען ביים פעטער אזא התנהגות"? איז דאס נארמאל?
און דאן איז ארויף חמת הנ"ל וריעיו אויף דעם ברך משה, אז אכן נודע הדבר אז ער אליינס איז אויך געכאפט... מיט... ציונות רח"ל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:51 pm
דורך היסטאריקער
די מעשה איז געווען אביסל אנדערש, מיר זענן עדי ראי' ושמועה.
שנת תש"מ שבת וישלח איז רבינו הב"מ געפארן קיין מאנסי אויף שבת, פאר שבת האט מד"ב געווארפן צעטלעך קעגן ר׳ יעקב צוליב עפעס וואס ער האט דאן געטון (איך געדענק נישט וואס),
מאנסי האט געשטורעמט דערוועגן, ווען מיר בחורים זענען געגאנגען נאך געלט אין זיין ביהמ"ד (ער האט נישט געדאווענט אין חרדים, געהאט אן אייגן ביהמ"ד, דאכטציך בית ישראל) האט מען אונז ארויסגעווארפן מיט בזיונות.
מוצש"ק ביי די מלוה מלכה פאר די סאטמארע מוסדות אין מאנסי, האט דער ב"מ מוחה געווען דערקעגן זייער שארף, ארויסברענגענדיג ווי ברוגז דער פעטער וואלט ווען געווען דערויף.
איך געדענק ווי מד"ב איז געזעסן אויבן אן, יעדער האט געקוקט אויף אים, וויסענדיג אז מ'מיינט אים, ער איז אבער געזעסן רואיג מיט א שמייכעל כאילו לא הי'.
געווען אמאל צייטן...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:59 pm
דורך אויס מענטש
אם קבלה היא נקבל
איך האב עס געהערט פון א מאנסיער תושב א נאמן וקיבלתי אותה
אבער די זאגסט געדענקסט אנדערש נאו פראבלעם.
די מעשה האט מיר אביסל געבאדערט ווייל פארוואס זאל ר' יעקב דווקא דאווענען אין א חסידיש שטיבל
ווען עס איז דא אסאך ליטווישע שולן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 5:18 pm
דורך היסטאריקער
חרדים/סאטמאר איז געווען די "שטאטישע" שול
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:56 pm
דורך אשכנ
ר' יעקב האט געהאט אן אייגענע מנין שבת אין זיין שטוב, וואס איז יעצט די גערער שטיבל. שחרית אינדערוואכען פלעגט ער דאווענען אין די מנין אונטען פון בית תפלה (וואס איז אויך היינט א ספעציעל מתינות מנין ווי אסאך בני תורה דאווענען), קען זיין אז ער האט אריינגעפאלען אויך אין סאטמאר, אבער איך גלייב נישט אז ער איז דארט געווען בקביעות. אויז איך בין טועה ביטע לאז וויסען.