בלאט 1 פון 1

מלחמה גע'ענדיגט, ווער איז ארויס די זיגער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:15 am
דורך outspoken
מען הערט סיי פון מדינת ישרא'ל און סיי פון כאמאס אז אין אפאר שעה וועט זיין א פייער אפשטעל, הודו לה'

לאמיר דא אנעלעזירען ווער איז ארויסגעקומען די זיגער פון די מלחמה.

מדינת ישרא'ל = זיגער
די ערשטע מאל וואס די וועלט האט געהאלטן מיט זיי.
זייער IRON DOMEהאט גיט געארבייט און ס'כמעט נישט געווען קיין געשעדיגטע ב''ה.
געפירט זייער א גוטע social media war

עזה = זיגער
זיי האבען געוויזען אז זיי ווערן פארגעשריטען און קענען שוין שיקן ראקעטען קיין ירושלים און תל אביב.
מ'עפענט זיי די גרעניצען אז זיי זאלן קענען ברענגען געווער פאר די נעקסטע אינטעפארא.

נתניה = זיגער
ער האלט פאר א וואלן און ער האט געוויזען אז ער איז שטארק אקעגען טעראריזם.

חאמאס מיליטערישע הויפטן = פארלירערס
ביי זיי איז מקיום געווארן די פסוק והיו חייך תלאים לך מנגד ופחדת לילה ויומם ולא תאמין בחייך

מצרים = זיגער
זיי זענען געווארען די שלום פארהאנדלערס

אמעריקע = זיגער
פארן צירוק ברענגען די שלום ווארעמקייט ציווישען מצרים און מדינת שראל

כלל ישראל = וועט געווינען ווען משיח וועט קומען און ערוועט אונז אויסלייזען פון גלות. און ביז דעמאלטס בעטען מיר,


"אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה,
העומדים בין בים ובין ביבשה,
המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה,
ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה,
השתא בעגלא ובזמן קריב"

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:33 am
דורך שטערן
נישט אזוי שנעל

Israeli Official Denies Report That Israel And Gaza Militants Agreed To Egyptian-Brokered Ceasefire

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:35 am
דורך זר זהב
שטערן האט געשריבן:נישט אזוי שנעל

Israeli Official Denies Report That Israel And Gaza Militants Agreed To Egyptian-Brokered Ceasefire

אה ב"ה, ר' מנשה פ. אטעמט אפ. ס'וועט זיין יעצט סחורה פאר נאך אביסעלע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:20 pm
דורך outspoken
אוי וויי, כ'האב געפאסט די נישט ריכטיגע פייל...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:49 pm
דורך מ גפני
מען האט געמאכט א פשרה: מדינת י. (אלטע נאמען פונעם "עמוד ענן" אשכול) וועט ווארפן ראקעטן אין די EVEN DAYS און די אראבער וועלן ווארפן אין די ODD DAYS

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:47 pm
דורך outspoken
די ערשטע תגובה איז געווארען אויפגעפרישט