בלאט 1 פון 3

עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:47 am
דורך טעמפא
עשן הכבשן, השואה סיבותיה ולימודיה‚ מלקוט מחיבורי ושיעורי רבי אביגדור מיללער זצ"ל ע"י דוד הירש מאיער,ברוקלין תשע"ב, רי"ז עמודים - $15.00

א שיינער ליקוט אויף אלץ ארום די וועלט-מלחמה פון א תורה'דיגן פרעספעקטיוו כדרכו פון הרב אביגדור מיללער זצ"ל. די יסודות'דיגע השקפה און די שיינע געדאנקען זענען אויסגעשטעלט אין א שיינעם פארמאט און איז ממש א מציאה פאר אזא ביליגן פרייז.

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 5:06 am
דורך רואיק
וואס, די שואה איז געשעהן ווייל אידן זענען געגאנגען צום כותל, ניין?

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 1:53 pm
דורך roasted
גראדע האב איך געהערט אז הרב מייער ציעל מיטן קנטרס קעגן הרב יהושע געלדצעלער מחבר ספר אמונת יהושע וואס דארט ערווענט ער אויך קעגן ר' אביגדור מילער'ס מהלך

-----

רואיק איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט.

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 2:35 pm
דורך roasted
שמעתי אין זיין ספר אמונת יהושע אין די מבוא

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:26 pm
דורך דולה ומשקה
אין דעם ספר ווייזט ער צו זאגט דער סיבה פארוואס דער הולוקאסט איז געקומען. דער וואס שרייבט אזוינע זאכען איז על הכלל כולו יצא. תמוה.

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 7:01 pm
דורך [NAMELESS]
גאר א געלונגענע ארבעט, טראץ וואס די עצם ספר איז צריך עיון, א יונגערמאן נעמט אזוי פעסט א שטעלונג אין א נושא וואס גדולים וטובים האבן געציטערט אריינצורעדן

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:31 pm
דורך [NAMELESS]
roasted האט געשריבן:גראדע האב איך געהערט אז הרב מייער ציעל מיטן קנטרס קעגן הרב יהושע געלדצעלער מחבר ספר אמונת יהושע וואס דארט ערווענט ער אויך קעגן ר' אביגדור מילער'ס מהלך

-----

רואיק איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט.



דער ספר איז אן הרחבה פון א קונטרוס וואס ר' דוד הערש האט ארויסגעגעבן בערך צוויי יאר צוריק, דארט אין די הקדמה שרייבט ער, ברמז, אז ער מיינט ר' יהושע'ס הקדמה צום ספר זיינעם אויף זרעים, (וכך אמר לי המחבר פא"פ), נאר יעצט צום ספר האט ער געשריבן אויף אן נייטראלען שריפט נישט דערמאנענדיג אז ער באציעט זיך אויף וועם אימער.

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 1:48 am
דורך סאסוב
א אינטערעסאנטער בר מזל איז הרב אליהו יהושע געלדצעהלער שליט"א, צו קענען ציען אויף זיך קריטיק.
אויף זיין הקדמה צו די פיר בענדער קדשי יהושע על מסכת מסדר קדשים, ווי ער רעדט פון צמצום ועוד על פי משנתו פון זיין גרויסן שווער רבי אליהו אליעזר דעסלער במ"ס מכתב מאליהו [חתן ר' אליהו אליעזר מו"ץ בווילנא חתן רבי ישראל סאלאנטער] האט ר' נחום גרינוואלד געשריבן דערקעגן עטליכע מאמרים אין היכל הבעש"ט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:15 pm
דורך גוטזאגער
אויב איך געדענק גוט אז הרב מילער האט יא מיטגעמאכט און איבערגעלעבט די קריג, ער איז טאקע געבוירען געווארען אין אמעריקע, אבער ער איז געפארען לערנען אין אייראפע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:21 pm
דורך פערינא
נניח אז ער רעדט צו דער זאך, איז עס נישט אביסל מאדנע אז גאט האט אויס געגאסן זיין כעס אין אייראפע? וואס, די אמעריקאנע יודעלעך זענען געווען מער דערהויבענע? אדער אייראפע איז אפשר געווען א איזי טארגעיט?

ס'מאכט נישט קיין צוויי סענס אין מיינע פליישיגע אמעריקאנע מגושמ'דיגע אויגן.

איך שטעל דער עסק אויף חזקה. איך האב אין די לעצטע עטליכע צענדליג יארן נישט אנגעטראפן א הסבר אויף א גרויסע צרה וואס זאל זיין קולע אל השערה, ווער רעדט נאך ווען די מדובר איז די שואה.

לאמיר רעדן וועגן דער אלגעמיינער, וואס איז געשען מיט אים. זא בלעטל געווען מלא וגדש מיט א טעם זקנים, די לאנגע שבת ביינאכט און די ווינטער און די נאכמיטאגס אין די זימער. וואו טרעפט מען איינער צו רעפלעיסן אייבשיץ בוק רעוויוס, דובראווסקי'ס מאמרים, די מוסר שמועסן פון די רב אין ברייטאם ביעטש,

וואס איז געבליבן פון אים, א גארנישט מיט גארנישט. איי פון ווי נעמט די יונגערע יארן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:03 pm
דורך villager
פערינא דיינע צוויי סענט זאגן דיר אז השי"ת האט געדארפט אויס'הרג'נען די אידן פון אמעריקע אויך?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:25 pm
דורך פערינא
איך האב געזאגט אז ווען ס'וואלט געווען בעסער דיווערסיפייד וואלט איך געכאפט די מעסעדזש. די זעלבע זעקס מיליאן,  קיין איינס נישט מער,  אדער ווייניגער.

די גלאז איז נישט האלב פיל, די גלאז איז האלב ליידיג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:40 pm
דורך villager
און פארוואס מיט זעקס מיליאן ביזטו יא צופרידן? וואס איז שלעכט מיט 5?

גראדע איז דא א תירוץ אויף דיין קשיא אבער פון דיין וועג פון פרעגן, פון דיינע זילזולדיגע ווערטער כלפי מעלה, קוקט נישט אויס אז דו זיכסט א תירוץ, הלוואי איך וואלט נישט געליינט דיינע נידריגע געשרייבעכץ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:45 pm
דורך קול גדול
תכלית זען מיר אז סיי רעליגיעזע און סיי נישט רעליגיעזע אידן האבן פונקט די זעלבע געליטן און גאט האט נישט געשיצט זיינע גלויביגע, וואס דאן וואלט אפשר יא געווען א באווייז אז גאט האט געצארנט אויף די אומגלויביגע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:47 pm
דורך villager
א אינטערנאציאנאלע סיסטעמאטישער האלאקאוסט איז נאר געווען אויף די אידן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:48 pm
דורך זר זהב
רש"י זאגט דאך "והורגת רעים וטובים"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:57 am
דורך נולד מאוחר
כהאב אמאל געהערט איינער האט געפרעגט לאבאוויטשער רבי , וואס איז פשט פון די האלאקאסט?
האט ער געזאגט אז מען בראבירט צי ענטפערן מיינט אז מען פארענטפערט היטלער.
סנישט דא קיין תיריץ וואס מיר קענען פארשטיין.
למעשה רב מילער האט יא געהאט א תיריץ.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:24 am
דורך קול גדול
זר זהב האט געשריבן:רש"י זאגט דאך "והורגת רעים וטובים"

דאן שטעלט זיך די קשיא וואס אברהם אבינו האט געפרעגט: "השופט כל הארץ לא יעשה משפט".

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:50 am
דורך נולד מאוחר
פארוואס באדערט די קשיא נאר אויף גרויסע זאכען? ווען איך גיי נעם א גאן און שיס דער דרעסטער צדיק און דער וועלט ר''ל,
וואלט אויך געבאדרט ווי אזוי דער אייבשטער לאזט דאס צי, אדער יעדער וואלט פארשטאנען אז דער אייבישטער האט איבערגעגעבן די וועלט אינעם מענטש'ס בחירה
היטלער איז געווען א גרויסע רשע, און האט געניצט זיין בחירה .איך זע נישט קיין קשיא אויפען אייבערשטען.
ממאכט הנחהס און מפרעגט קשיאס.

די מבול אין נח'ס צייטען איז געווען א דיירעקטע מעשה פון גאט אין דארט זעסטו.קלאר אז דו ערליכע זענען טאקקע געראטוועט געווארן אינעם תיבה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:52 pm
דורך קול גדול
לויט ווי דו זאגסט אז ס'איז נישט געווען יד אלוקים בדבר אז טאקע נישט קיין קשיא. אבער דא קאמענטירט מען אויף אביגדור מיללער'ס באהויפטונג אז ס'איז יא געווען אן עונש פון גאט, און וויבאלד מ'זעט אז גלויביגע און אומגלויביגע האבן מיטגעטיילט דעם זעלבן שיקזאל, שטעלט זיך די אויבנדערמאנטע קשיא.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:40 am
דורך גוטזאגער
ר' אביגדור מילער ז"ל ברענגט ארויס - און ער איז דער איינציגסטער וואס פארציילט עס - אז פאר די מלחמה איז די מצב אין פוילן (צו וואו בכלל) נישט געווען אזוי גלאנציג, מילד גערעדט. און אויב עס איז געקומען אזא ביטערע צרה ווי דער חורבן מאך דיר נישט תמ'יש און פרעג וויאזוי האט עס געקענט קומען.

עס איז דא קליפס ווי מען זעט ווי די וואס דארפן צו זיין יודען האבן אין געטא, בשעת זיי זענען שוין געווען אויף צרות, געטאנצען געמישטע טענץ. דאס פאנגט נישט אן צו בארעכטיגן דעם ימח שמו'ניק, און דאס איז אמת אז עס האט באפעסטיגט יודישקייט, פון די איבערלעבערס זענען טאקע אסאך אריינגעפאלן אין יאוש אדער סתם אפגעלאזט יהדות, אבער די גלויביגע וואס האבען במשך די שווערע צייטן אלעמאל פרובירט אפצוהיטען די תורה ווי ווייט מעגליך, זיי האבען זיך געשטארקט און זיי זענען געווארען געשטארקט אין די אמונה עד כדי כך אז אפי' שפעטער אין די שווערסטע אומשטענדן האבען זיי זיך געהאלטען פעסט.

יעצט דו פרעגסט פ"וו אייראפע? זייער פשוט, נסתרים דרכי ה', מען האט געזינדיגט איז געקומען אן עונש. וואס ווי ווען? איז שוין נישט דיין עסק. אין פשטות שטייט אין די ספרים אז די עונש האט זיך אנגעפאנגען ווי עס האט זיך אנגעפאנגען אסימילאציע וואס דאס איז אין דייטשלאנד, אנווייזענדיג פארוואס דער עונש איז געקומען.

ר' מיכאל בער האט אמאל דעציילט פאר זיינע תלמידים, אז ווען ער איז ארומגעפארען פארן קריג איז אים אויסגעקומען צו זיין אין די דעמאלטסדיגע עיר ואם בישראל ווארשע. גייענדיג אויף די גאס האט ער באגעגנט א יוד מיט א הדרת פנים, א שניי ווייסע בארד, און יענער יוד פרעגט פון רמ"ב אויב ער וויל אריינקומען משלים זיין מנין פאר יציאת נשמה? אוודאי, וואס איז די שאלה? רמ"ב גייט צום בנין ווי יענער איד האט אים אנגעוויזן, ווי נאר ער איז אריינגעקומען און בנין דערזעהט ער פאר זיך א יוד מיט א רעוואלווער אין די האנט זאגנדיג "האלט, געב אהער דיין געלט, אז נישט וועל איך דיר הרג'ענען!" וואס? פרעגט רמ"ב, הרג'ענען א יוד? "דו אונגארישער נאר, (זעט אויס אז ער האט אים דערקענט אויפן לבוש) געב אהער דיין געלט אז נישט...." עכ"פ ר' מיכאל בער האט געוואלט ארויסברענגען די געפאלנקייט פונעם דור אין יענע תקופה.

ודע מה שתשיב. איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געקענט קומען צו זיך פ"וו זיינע זיידעס האבן געליטן, אז איך האב גרויס מיטלייד מיט דיין צער און איך פארשטיי דיין דילעמא, אז דיין קליינע שכל זאגט אז א צווייטע וועלט מלחמה מיט ג-ט איז א סתירה, איך האב פאר דיר א געוואלדיגע עצה, לעצטענס איז אויפגעקומען א גרופע האלאקסט לייקענער, שטעל דיך צו מיט לייקענען אז עס איז געווען אזא מין זאך ווי די מלחמה, און אזוי ארום קענסטו ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת.....

איבעריג ארויסצוברענגען די עקל בשעת ווען אונזערע זיידעס זענען אריינגעגאנגען אין גאז קאמערן אומגעקומען אויף קידוש השם און נישט אויפגעגעבן זייער אמונה, זיצן אפאר אויפגעקלערטע אויפן באקוועמען פאטעל און שרייען אויף דעם וואס די זיידע האט זיך אוועק גע'הרג'עט להפך קערה על פיה.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:01 pm
דורך ודי למבין
א עלטערע יוד (הרב בעניש ז"ל) האט אמאל געהרט א גאנצע דרשה ווי א בעל דרשן איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס די חורבן איז געקומען וכו' וכו', נאכן דרשה האט זיך די יוד אנגעריפן, דאס הייסט אז לויט דיר קומט אויס אז אויב עס וואלט נישט געשען וואס איז געשען וואלטן מיר גאר געהאט א קשיא פארוואס האב די באשעפער נישט געברענגט די האלקאסט...

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:05 pm
דורך היימישער ליטוואק
ודי למבין האט געשריבן:א עלטערע יוד (הרב בעניש ז"ל) האט אמאל געהרט א גאנצע דרשה ווי א בעל דרשן איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס די חורבן איז געקומען וכו' וכו', נאכן דרשה האט זיך די יוד אנגעריפן, דאס הייסט אז לויט דיר קומט אויס אז אויב עס וואלט נישט געשען וואס איז געשען וואלטן מיר גאר געהאט א קשיא פארוואס האב די באשעפער נישט געברענגט די האלקאסט...

יא!