בלאט 1 פון 3

באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:08 pm
דורך הציץ ונפגע
עס איז דא א באזונדערען אשכול פאר אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע בילדער אבער אן אשכול פאר וויסנשאפטליכע ווידעאס איז נאכנישט פארהאן. איך האב באמערקט אז פיל מאל ווען איך בין אין א מצב ווי מיין מוח פארטראגט נישט לייענען און פראצעסירן אן ארטיקל, קען איך נאך אלץ מוסטערן די כח צוצוקוקן א ווידעא און זיך אנזעטיגן מיט חכמה. איך גלייב אז נאך אנדערע קענען הנאה האבן פון די סארט ווידעאס, די דאזיגען אשכול וועט דינען ווי א מקום מיוחד פאר כל-מיני ווידעאס וואס זענען פארבינדען מיט וויסנשאפט. פון טוטאָריעלס ביז נייעס - אלעס וואס איז אינטערעסאנט און איז וויסנשאפט טרעפט זיין פלאץ דא.

איך וויל בעטן א בקשה מיוחדת, פאר די אלע וואס לייגן ווידעאס, ביטע צושרייבן אפאר קורצע ווערטער מיט א הסבר איבערן ווידעא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:10 pm
דורך הציץ ונפגע
א ווידעא וועלכע ערקלערט - מיט זיסע אנימאַציעס - די וויסנשאפטליכע פארבינדונג צווישן דרוק (stress) און פּימפּעלס.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qz1FKi6z4Fc[/youtube]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:23 pm
דורך הציץ ונפגע
יידל האט היינט געמאלדן אז מאלפעס ליידן אויך אויף מיט-לעבן קריזיס. אט איז א ווידעא וועלכעס איז מסביר די ענין אין קורצן

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=T1nCj3lb2V0[/youtube]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:28 pm
דורך הציץ ונפגע
דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DAcjV60RnRw[/youtube]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:12 pm
דורך הציץ ונפגע
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פאול בראון, פון דזשיארדזשיע, דערקלערט אז עוואלוציע, עמבריאלאגיע און די ביג-בענג טעאריע קומט גלייך פון גיהונם, און אז די וועלט איז נישט מער ווי 9,000 יאר אלט און עס איז באשאפן געווארן אין 6 טעג. עס איז צום באצייכענען אז בראון פארמאגט א בעטשלאר'ס דעגרי אין כעמיע און א דאקטאראט אין מעדעצין און ער זיצט אויף די סייענס קאמיטע אין קאנגרעס.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rikEWuBrkHc[/youtube]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:46 pm
דורך איך אויך
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.


פיל נישט שלעכט אויב פארשטייסטו נישט וואס ער רעדט, ער אליינס ווייסט אויך נישט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:36 pm
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.


פיל נישט שלעכט אויב פארשטייסטו נישט וואס ער רעדט, ער אליינס ווייסט אויך נישט.

פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב פארשטאנען וואס ער האט געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:10 pm
דורך הציץ ונפגע
די אַסטראָנאַוטס אויפן אינטערנאציאנאלען ספּעיס צענטער האבן היינט זיך פאסמאקעוועט מיט א טענקסגיווינג סעודה'ניו. אַסטראָנאַוט קעווין פאָרד פארציילט פון ספּעיס איבער דעם סעודה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Jkp2Rt-t6oA[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:35 pm
דורך הציץ ונפגע
ווי הויעך איז די העכסטע געביידע וואס מיר קענען אויפבויען? און וואלטן מען טעארעטיש געקענט אויפבויען א מגדל ביז ספּעיס? קוקט און הערט מיט שפאנונג:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GJ4Qp2xeRds[/youtube]

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:13 pm
דורך הציץ ונפגע
מוזיקאנט פאול רודאלף אראנדזשירט די מוזיק פאר סעסעמי-גאס. אין זיין איבעריגע צייט נעמט ער צוזאם כל מיני מאטעריאל און מאכט דערפון מוזיקאלישע אינסטרומענטן. בתוך הדברים ווערט אויך נתברר וויאזוי מוזיק ארבעט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8540kyNA0F8[/youtube]

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:39 pm
דורך הציץ ונפגע
פראפעסאר מארסעלא גלייזער איז מסביר וויאזוי אין די לעצטע פיר יאר-הונדערט זענען מענטשן געווארן ווייניגער און ווייניגער חשוב מיט נייע סייענטיפישע אנטדעקונגען, פון קופערניקוס און ווייטער. ער ערקלערט אבער וויאזוי לעצטנס ווערט מען מער און מער געוואויר אונזער חשיבות און אייגנארטיקייט, און וויאזוי מיר זענען היינט די מעטאפארישע צענטער פון די וועלט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jn9qm0ayeKg[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:43 pm
דורך יידל
הציץ ונפגע האט געשריבן:רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פאול בראון, פון דזשיארדזשיע, דערקלערט אז עוואלוציע, עמבריאלאגיע און די ביג-בענג טעאריע קומט גלייך פון גיהונם, און אז די וועלט איז נישט מער ווי 9,000 יאר אלט און עס איז באשאפן געווארן אין 6 טעג. עס איז צום באצייכענען אז בראון פארמאגט א בעטשלאר'ס דעגרי אין כעמיע און א דאקטאראט אין מעדעצין און ער זיצט אויף די סייענס קאמיטע אין קאנגרעס.

לעצטנס האט מארקא רוביא געמאכט א שטורעם ווען ער האט זיך ארויסגעדרייט צו זאגן ווי אלט די וועלט איז פאר א רעפארטער. פארשטייט זיך אז די מידיא האט געמאכט צימעס פון דעם. א סלעיט שרייבער האט אבער אנגעצייכנט אז אבאמא האט אויך זיך ארויסגעדרייט פון זאגן ווי אלט די וועלט איז ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט און 2008

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JsF0b-rSDxA[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:44 am
דורך ונבנתה העיר
וואס [און פארוואס] מאכט זאכן cute?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Z0zConOPZ8Y[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 3:19 am
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eCMmmEEyOO0[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=oKb2tCtpvNU[/youtube]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
וואלטער לואין, א פראפעסאר אויף פיזיקס [א פיזיסט...] אין mit און מחבר פון For the Love of Physics, זאגט זיין לעצטע און געזעגענוג'ס שיעור ביי די פינעף און זיבעציג, דעמאנסטרירען'דיג זיינע פאפולערע עקספערימענטן פון דורכאויס די יאהרן.

עס איז 90 פראצענט פארשטענדליך אהן א ידיעה אין פיזיקס, און איז גאנץ אינטערעסאנט ובפרט זיין כאראקטער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SRh75B5iotI[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:36 am
דורך אברעמעל
די באשאף פון א שניי ברעקל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VYrF3sFBY20[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:06 am
דורך טעפל
אברעמעל האט געשריבן:די באשאף פון א שניי ברעקל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VYrF3sFBY20[/youtube]

זייער שיין שוין לאנג געוועהן נייגעריג, שכוח פארן צוברענגען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:10 pm
דורך הציץ ונפגע
דער אַסטראָנאָם קאַרל סעיגן ערקלערט דעם פשוט'ן און בריליאנטן חשבון וואס דער גריכישער מאטעמאטיקער עראָטאַסטענעס פון מצרים האט גענוצט אויסצורעכענען די גרויס פון די וועלט. די ווידעא איז א זעקס מינוטיגער טייל פון דער ערשטער עפיזאדעפון סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0JHEqBLG650[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:54 pm
דורך ונבנתה העיר
הציץ ונפגע האט געשריבן:סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

cosmos.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:33 pm
דורך יידל
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער אַסטראָנאָם קאַרל סעיגן ערקלערט דעם פשוט'ן און בריליאנטן חשבון וואס דער גריכישער מאטעמאטיקער עראָטאַסטענעס פון מצרים האט גענוצט אויסצורעכענען די גרויס פון די וועלט. די ווידעא איז א זעקס מינוטיגער טייל פון דער ערשטער עפיזאדעפון סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

אן איין מינוטיגער ווידעא קליפ וואו די צען שטערקסטע ראיות אז די וועלט איז רונדיג ווערן געגעבן. נומער 6 איז עראטאסטענעס' הוכחה פון די חילוק אין די זון'ס פאזיציע אין אנדערע פלעצער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=o_W280R_Jt8[/youtube]

נומער 5 (די פאזיציע פון די שטערנס), נומער 3 (שיפן און געביידעס איבערן האריזאנט), און נומער 2 (ליקויי לבנה) זענען די דריי ראיות וואס אריסטו האט געברענגט אז די וועלט איז רונדיג.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:30 pm
דורך הציץ ונפגע
א צוזאמווארפעניש פון אינטערעסאנטע פאקטן.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6Ni5HOdGtzM[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cKZStlBECHo[/youtube]

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:00 pm
דורך זר זהב
א זאווארוכע

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=a2VJqud3Ls8[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:49 pm
דורך טאמבל סאס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=219YybX66MY[/youtube]