בלאט 1 פון 1
נקמה! דער איינציג לעבן געבליבענער מומביי טעראריסט, געהאנגען!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:58 pm
דורך זר זהב
אין אינדיע
האט מען היינט דער'פגר'ט אגמאל קאסעב. ער איז דער איינציגסטער טעראריסט איבערלעבער פון די מומביי אטאקעס וועלכע האט אומגעברענגט 166 נפשות צווישן זיי עטליכע אידן אינעם חב"ד הויז, הי"ד.
אלע טעראריסטן זענען אומגעקומען דארט בשעת מעשה חוץ דער איינער. היינט האט מען מקיים פסק געווען אויף אים, כן יאבדו כל אוביך ה'.
א באריכט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 12:55 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:11 am
דורך הדד בן בדד
זר, זאלסט אלעמאל ברענגען גוטע בשורות, כן יאבדו כל אויביך ה'
ראשעקאל, פליז טויש דיין אוועטער, עס איז שרעקעדיג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:34 am
דורך [NAMELESS]
איך טראכט מיר אזוי ארייין - אויך מיר א נקמה. דער רשע איז דאך גרייט געוועהן צו שטארבן, ווען מ'טרעפט ווען די וואס האבן אים געשיקט און מ'שינדט זיי די הויט אינמיטען שטאט, און נאכדעם הענגט מען זיי אויף א א תלי' פון חמישים אמה - דאס וואלט אפשר געוועהן א שיינע נקמה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:35 am
דורך זר זהב
ער האט זיך געבעטן מ'זאל אים לאזן לעבן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:40 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:ער האט זיך געבעטן מ'זאל אים לאזן לעבן.
ער וואלט עניוועי געבליבן אין תפיסה... פארוואס האט ער געבעטן?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:16 pm
דורך קאווע טרינקער
לאמיר זינגען "קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ס'שטייט דאך: "באבוד רשעים רנה" -
חוץ אויב ס'כל הזכיות שמורות
אוי לייבוש! די זעהסט מיך פון דארט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:41 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז יעצט די יארצייט פון די טרייסעלדיגע אטאקע.
א פחד פון א מעשה.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 1:50 am
דורך הדד בן בדד
יא, פינף יאר פאריבער, משה'לע איז שוין א גרויס אינגל, און די גאס האט שוין לאנג פארגעסן דערפון. גראדע איז אין איינע פון די אפטיילונגען פון המודיע געווען די וואך א גאנצע באשרייבונג און אינטערוויו מיט דעם זיידן ר' נחמן האלצבערג און משה'לע.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:04 pm
דורך ישראל קאפקע
דעם שבת און זונטאג געפאלט אויס די זעקסטע יארצייט פון די טעראר אטאקע אין אינדיע.
די טייטלבוים'ס האלטן יארצייט שבת, און די האלצבערג'ס האלטן קומענדיגע זונטאג.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:08 pm
דורך שעפטל
השם ינקם דמם!