בלאט 1 פון 26
קאמענטארן אויף אונטערשריפטן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:13 am
דורך [NAMELESS]
עס זענען דא געשמאקע אונטערשריפטן וואס טייל ניק'ס האבן זיך אהערגעשטעלט, איז נישט מער ווי פאסיג אז מ'זאל עס קענען דא אויסשמועסן.
איך האב ליב וואס "קליגער איד" שרייבט אין זיין אונטערשריפט:
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
אויך געפעלט מיר שמעקעדיג'ס פאסיגע אונטערשריפט:
ריחא מילתא היא - לריח ניחוח אשה לה'
א טיפיקעל זר זהב'דיגע אינטערשריפט:
האסט מיר גע'לייק'ט? נעם עס נישט אוועק! נעקסט טיים טראכט צוויי מאל בעפאר דו לייקסט. הרג'ע מיר נישט!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:14 am
דורך זר זהב
נו וויזוי פילט עס?...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:15 am
דורך [NAMELESS]
מיין אינטערשריפט איז יעצט
This signature was intentionally left blank.
איך מיין אז איך האב גע'גנב'עט די איידיע פון ערגעץ
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:15 am
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:נו וויזוי פילט עס?...
שייגעץ! די הרג'עסט מיך!!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:16 am
דורך זר זהב
קעי קעי, געפיקסט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:48 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט א שיינע חתימה.
איך גלייך אויך די חתימה פון קליינע רעבעלע.
און פון קופערניקוס מיטן קארפעט...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:52 am
דורך [NAMELESS]
שמעקי. ברענג זייערע אינטערשריפטען. זיי קענען עס אין איין סקונדע טוישן , און מ׳וועט נישט וויסן פון וואס די רעדסט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:40 am
דורך [NAMELESS]
יידל'ס אינטערשריפט איז זייער התעוררותדיג
Be the change you wish to see in the world - Gandhi
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:47 am
דורך מ גפני
ווי אזוי מאכט מען דא א חתימה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 12:16 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:ראשעקאל האט א שיינע חתימה.
איך גלייך אויך די חתימה פון קליינע רעבעלע.
און פון קופערניקוס מיטן קארפעט...
ראשעקאל האט געשריבן:שמעקי. ברענג זייערע אונטערשריפטן. זיי קענען עס אין איין סעקונדע טוישן, און מ׳וועט נישט וויסן פון וואס דו רעדסט
קליינע רעבעלע:בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ.
קופערניקעס:און אויב אלעס, די גאנצע עקזיסטענץ איז בלויז אן אילוזיע? אוי, דאן האב איך זיכער איבערגעצאלט אויף די טעפיך וואס איך האב געקויפט פאריגע וואך - (ר' וואדי אלען)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 12:41 pm
דורך [NAMELESS]
מ גפני האט געשריבן:ווי אזוי מאכט מען דא א חתימה?
באניצער'ס קאנטראל פאנעל > פראפיל > רעדאגיר אייער אינטערשריפט >
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:56 pm
דורך לעיקוואד
איך האלט גאר שטארק פון יאיר'ס אונטערשריפט
If knowledge can create problems, it is "
not through ignorance that we can solve them ~ Isaac Asimov"
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:03 pm
דורך שמעקעדיג
יא, ס'איז א שטארקע ווארט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:53 pm
דורך לעיקוואד
יאנקל האט געשריבן:לעיקוואד'ס אונטערשריפט:
I have a dream ~Martin Luther King
אפשר עלאבארירסטו אביסל איבער דיין חלום?
קודם דער עיקר מען זאל האבען א חלום, שפעטער דארף מען וויסען וואס דער חלום איז. א מענטש אן א חלום איז קיין מענטש נישט. ובדרך מליצה קען מען זאגן מארז"ל הלן שבע ימים בלא חלום נקרא רע. און ווי פאנאביזשער רב האט געזאגט, איך חלום טאקע, אבער איך שלאף נישט. בקיצור דער יסוד פון א מענטש איז 1- האבן א חלום, 2- נישט שלאפען.
עכ"פ, בנוגע לענין קאווע שטיבל, מיין חלום איז אז אונזערע קינדער וועלן קענען שמועסען ערנסטע שמועסען און ארויסזאגען זייערע מיינונגען אן זיך באהאלטען אונטער א ניק.
ועוד פרטים בענין מיין חלום הלא הם כתובים על מספר אשכולות אחרים בקאווע שטיבל הלזה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:54 pm
דורך ונבנתה העיר
איינער, איך געדענק נישט ווער, האט געהאט אן אינטערשריפט אין די ניין טעג: I stink therefore I am, געבויעט אויפן מימרא: I think therefore I am.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:29 pm
דורך יידל
ונבנתה העיר האט געשריבן:איינער, איך געדענק נישט ווער, האט געהאט אן אינטערשריפט אין די ניין טעג: I stink therefore I am, געבויעט אויפן מימרא: I think therefore I am.
ווער דען אויב נישט געפילטע?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:33 pm
דורך געפילטע פיש
יא, ווער דען? ס'געווען א צווייטער וואס האט געהאט א חתימה Cogito ergo sum = I think, therefore I am וואס מ'זאגן נאך פון
דעקהארט, איז מיר איינגעפאלען דעס.
לעיקוואד האט געשריבן:איך האלט גאר שטארק פון יאיר'ס אונטערשריפט
If knowledge can create problems, it is "
not through ignorance that we can solve them ~ Isaac Asimov"
בכלל דער אייזיק אסימאוו איז געווען עפעס א משוגענע קאפ, ער האט ארויסגעגעבן ביכער שנעלער ווי א חסידישע איד טוישט זאקען, אפשר לוינט זיך צו עפענען א אשכול איבער עם.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:38 pm
דורך זר זהב
If knowledge can create problems, it is "
not through ignorance that we can solve them ~ Isaac Asimov"
But if there were never knowledge there are no problems to be solved
!!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:39 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:שנעלער ווי א חסידישע איד טוישט זאקען
דו האסט בכוונה געשריבן "חסיד'ישע"?.....
(ס'מיר נוגע, ווייל "ריחא מילתא היא")

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:46 pm
דורך שמעקעדיג
מיקוה נייעס:
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט!
(שטייצעך נאר פאפירענע, נישט ניקלס)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:15 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:שנעלער ווי א חסידישע איד טוישט זאקען
דו האסט בכוונה געשריבן "חסיד'ישע"?.....
(ס'מיר נוגע, ווייל "ריחא מילתא היא")

ניין, מיין כונה איז געווען צו שרייבן גרינע קנאבל קוועטשער, אבער בטעות האב איך געטייפט חסידישע, זיי מיר מוחל.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 9:42 am
דורך שמעקעדיג
שרגא'ס אונטערשריפט:
איינער מוז האבן דאס לעצטע ווארט. אויב נישט, קען אויף יעדע טענה און ארגומענט געברענגט ווערן א פארקערטע און עס וועט נישט נעמען קיין עק. (אלבעיר קאמו)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:03 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב שרייבט גוט:
The problem with doing nothing is that you don't know when you're done