בלאט 1 פון 1

וועגן געבן געלט צום דינער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:57 pm
דורך קליינע רעבעלע
אין די יעצטיגע צייט קומען פאר די דינער'ס פאר די מוסדות התורה, ספעציעל סאטמאר, וואס אלע פראקציעס מאכן יעצט כ"א כסלו זייערע דינער'ס.
האב איך געוואלט ארויפברענגען א טעמע וואס טוט מיר זייער וויי.

איך בין א מענטש וואס גייט געווענליך מיטן סיסטעם, איך פלעג אלע יארן געבן געלט פארן דינער, איך זאג נישט ווער ווייסט וואס, אבער למעשה פאר אזא איינעם וואס איבריגע געלט האב איך נישט, ניטאמאל א אייגענע דירה האב איך, שפיר איך איז עס א שטיקל מסירת נפש פארן געבן.
למעשה נישט לאנג צוריק האב איך בשעטו"מ אריין געשיקט נאך א קינד אין די מוסדות, איך האב געהאלטן אז איך בין ענטייטעלט פאר א שטיקל ברעיק, קיין וואוטשער קען איך נישט באקומען,
בין איך געגאנגען רעדן מיטן אינגערמאן וואס איז געשטעלט מטעם המוסדות צו פארהאנדלען מיט די שכר לימוד, איך האב מיר ממש אויסגעטוהן נאקעט, א זאך וואס איז אקעגן מיין נאטור אינגאנצן.
ער האט געפענט א מויל אויף מיר כאילו איך בין דער גרעסטער גנב, ער האט מיר געמאכט פילן ווי א עכטע גארביזש.

איך באצאל מיינע בילס כמעט אין צייט, אפשר אינטערשטעליג איין חודש, און וואס האב איך געבעטן, רעכן זיך מיט מיין מצב!
איך קען פארשטיין א מוסד פלאגט זיך. זאג אז יעצט איז אווממעגליך, טריי אין עטליכע חדשים ארום, אבער פארוואס באהאנדעלסטו מיר ווי א גארביזש?

דא רעדט מען נישט פון א מענטש וואס מען האט יעצט אויפגענומען. ער ארבעט שוין 15 יאר זיכער וואס איך געדענק, און יעדער פון די הנהלה ווייסט וואס ער איז. נאר עס איז דא א סיסטעם פון די הנהלה פון דעגרעיטען די מענטשהייט.

אבער אזויפיל האב איך יא אפגעמאכט, איך וועל געבן וואס איך מוז, ד"ה מיינע שכ"ל, אבער חוץ מזה געב איך נישט קיין פרוטה, אזוי אויך פון גיין צום דינער טאנצן חסדי השם קענען זיי פארגעסן.

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פונעם עולם וואס זיי זאגן צו דעם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:00 pm
דורך מיקוה נייעס
איך מיין אז איך ווייס פון וועלכע סאטמערע מוסדות דו רעדסט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:30 pm
דורך איך אויך
מען לאזט נישט אריין צו טאנצן חסדי השם נאר אויב מען צאלט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:15 pm
דורך נס קאווע
קומט דען אריין גרויס געלט פון די דינערס? און לו יצוייר אז יא וועט אריינקומען אסאך ווייניגער אויך מ' וועט עס מאכן אויף א נאמאלערע פלאץ (למשל גרויס ביהמ"ד וכדו')?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:38 pm
דורך אויס מענטש
איך וויל דיר אויסזאגן א סוד פון חדר
עס לוינט זיך צו גיין צום דינער געבן עפעס נישט קיין חילוק וויפיל ווייל אויב נישט
לייגט מען ארויף אויטאמאטיש, 180$ דינער געלט אויף דיין ביל
וואס די מוזט באצאלען עס העלפט נישט גארנישט {חוץ נישט באצאלען...}

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:18 pm
דורך קלאר
אויס מענטש האט געשריבן:איך וויל דיר אויסזאגן א סוד פון חדר
עס לוינט זיך צו גיין צום דינער געבן עפעס נישט קיין חילוק וויפיל ווייל אויב נישט
לייגט מען ארויף אויטאמאטיש, 180$ דינער געלט אויף דיין ביל
וואס די מוזט באצאלען עס העלפט נישט גארנישט {חוץ נישט באצאלען...}

וועלכע מוסד איז דאס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:31 pm
דורך קליינע רעבעלע
וועלכע מוסד איז דאס?


הרב קלאר איך האב מורא די האסט דא אנדערע מאטיווען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:33 pm
דורך זר זהב
שיק אים קיין צימעס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:37 pm
דורך קאווע טרינקער
קליינע רבעלע,
גיב נישט קיין געלט, אבער אז דו גייסט אהין עסן, דאן געב לעומתו, לאמיר זאגן 5 דולר.
ווען די מוסדות וואלט איבערגעהיפט "איין יאהר" פון מאכן א דינער, מיט'ן אויסרייד, אז היי-יאר איז די מוסדות נישט אזוי ענג, און ס'וועט זיין גענוג ארומצוגיין צו עשירים נאך געלט, נו, דאן וואלט איך זיי געגלייבט ווען זיי שרייען אז די וואסער איז געקומען עד-נפש. אבער היות - וכו', פיר אויס, כ'האב שוין נישט קיין כוח היינט - די שבת-סיגעיט האט מיר זייער מיעד געמאכט - ביי

און בנוגע געבען ח"י דולר פארן רבינ'ס מוסד, קענסטו געבען פאר כולל זיבענבערגן, ווייל די רבי איז דאך געווען נשיא דורך אויך - אדער שרייב א טשעק פאר "רב טוב" (מאך זיכער אז ס'איז נאך דא אזא אקאונט)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:08 pm
דורך קלארק
איך שיק 5 קינדער קיינעהארע אין די מוסדות איך צאל אין צייט דאס גאנצע, )ב"ה איך קען עס באווייזן( ביים דיננער געב איך יעדעס יאר 10 דאלער אזויפיל וויפיל א נאכטמאל קאסט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:22 pm
דורך אוהב דעת
איך וויס פון א איד וואס נאך זיין חתונה ווען ער האט געמאכט אסאך געלט האט ער געגעבן אסאך געלט פאר די מוסדות ,שפעטערע יארען איז עם שווער געווארען מיט פרנסה ,ער האט נישט געקענט באצאלען שכר לימוד האט ער געבעטן מזאל עם געבן א ברעיק ,מהאט עם געלאכט אין פנים ם,אהיים געשיקט די טעכטער, א באנדע חיות!
ווען די חברה זענען אמאל געקומען צו מיר פאר דינר געלט האב איך געזאגט no problam ,איך געב ,איך דארף אבער א צעטל פאר קרעדיט ,אויב איך וועל אמאל נישט קענען געבען ,האט ער מיר נישט געוואלט געבען אזא צעטעל ....
איך האלט ווער עס געט צדקה פארן מוסד אן זיך אויסנעמען בתנאי אז עס קען גיין אויפן חשבן פון שכ״ל, איז א פערד!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:20 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:שיק אים קיין צימעס.


יעצט זעה איך שוין פין וועלכע מוסד מ'רעדט דא...

(אגב, ווער געדענקט נאך ווי מ'האט יענער האט געלייקענט אז מ'קען נישט מאכען א שמחה אין שמח תשמח אן געבן 180 דינער געלט)


צום ענין:
מ'קען נישט פארפירן וועגן דינער געלט
ווייל '1' מוסד לייגט א טשארזש פין 180 דאללער פאר די וואס געבן נישט דינער געלט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:28 pm
דורך קלאר
איך ווייס פין א גרויסע מוסד ווי דער שכ''ל געלט גייט נאר צו צאלען די פעיראל פין די מלמדים, טיטשערס אא''וו
אין די דינער געלט (ווי אויך פראגראמען אין אלע אנדערע אינקאם) גייט פאר די איבריגע הוצאות
עס איז גענצליך אפגעטיילט, באזינדערע הנהלות מיט אנדערע אקאונטס (אינטער איין אדמיניסטראציע אין צענטראלע הנהלה)
(אין לכבוד דעם האבען זיי געצאלט צייטליך די מלמדים, בזמן ווען די מושג פין צאלען צייטליך האט נאר באלאנגט פאר די קלענערע מוסדות)
זיי אליין האבען אנפאנג נישט געוויסט וואס פאר א גיטע בייפאל דאס איז

די גרעסטע מעלה דערפון איז, אז דארט פילט יעדער מער א התחייבות צו געבן סיי שכ''ל אין סיי דינער געלט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:20 am
דורך אויס מענטש
הרב קלאר
איר זאלט מיר מוחל זיין קודם רעדט איך בכלל נישט פון א מוסד
וואס איז אינוואלווד אין פאליטיק
און גיי ארום פרעגן וועסטו זעהן אז פילע מוסדות התורה טוען אזוי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:43 pm
דורך קלאר
אויס מענטש האט געשריבן:הרב קלאר
איר זאלט מיר מוחל זיין קודם רעדט איך בכלל נישט פון א מוסד
וואס איז אינוואלווד אין פאליטיק
און גיי ארום פרעגן וועסטו זעהן אז פילע מוסדות התורה טוען אזוי


דער אשכול איז געפנט איבער א מוסד וואס איז אינוואלד אין פאליטיק
סוי איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט
וואס א חילוק צווישען א מוסד וואס איז אינוואלווד אין פאליטיק לגבי דינער געלט?

פאר אינטערסאנטקייט, וועלכע נאך מוסד האבען געמאכט דעם סיסטעם?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 11:32 am
דורך דולה ומשקה
קלאר האט געשריבן:
אויס מענטש האט געשריבן:הרב קלאר
איר זאלט מיר מוחל זיין קודם רעדט איך בכלל נישט פון א מוסד
וואס איז אינוואלווד אין פאליטיק
און גיי ארום פרעגן וועסטו זעהן אז פילע מוסדות התורה טוען אזוי


דער אשכול איז געפנט איבער א מוסד וואס איז אינוואלד אין פאליטיק
סוי איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט
וואס א חילוק צווישען א מוסד וואס איז אינוואלווד אין פאליטיק לגבי דינער געלט?

פאר אינטערסאנטקייט, וועלכע נאך מוסד האבען געמאכט דעם סיסטעם?


יעדער מוסד (אולי חוץ פאפא) איז פארבינדען מיט פאליטיק לפי ערך.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:14 pm
דורך יתרו
סאו ראדט מען פון פאפא :P