וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

מיט פרייד קום איך צו אייך טייערע חברים מיט די גאר גוטע און היסטארישע נייעס.
ר' יוסף מזרחי קומט קיין וויליאמסבורג קומענדיגן דאנערשטאג ביינאכט פון אכט דרייסיג ביז... ווען ס'וועט זיך אויספעלן...
עס איז קיין סוד אז אין וויליאמסבורג פונקט ווי אין אנדערע היימישע געגנטער, און נאך פיל פיל מער, לאזט מען נישט פרעגן קיין גאנץ נארמאלע פראגעס איבער פשוטע יסודות היהדות און אפגערעדט פון צו לערנען דעם עולם איבער די וויכטיגקייט פון אונזער אמונה און מיט וואס אונזער רעליגיע איז מיט עפעס אנדערש ווי די טויזנטער רעליגיעס וואס דרייען זיך איבער די וועלט.
איך דערמאן זיך צוריק מיט יארן ווען מיין קאפ האט מיר אנגעהויבן שווינדלען און ס'האט מיר אנגעהויבן שווער ווערן פארשידענע שאלות, וואס באמת זענען זיי בכלל נישט געווען קיין שווערע פילאזאפישע קשיות, אבער איך האב נישט געהאט וועמען צו פרעגן. למשל, מיר איז שווער געווען פארוואס און מיט וואס איז אונזער אידישער רעליגיע מער ווי למשל דער קריסטליכער וואס האבן א ביליאן נאכפאלגער?
אט די פשוטע און באמת אומשולדיגע פראגע האב איך נישט געהאט וועם צו פרעגן, און ווען איך האב עס געשטעלט האט מען מיר אפגעוואנדן מיט אזעלכע נארישע תשובות אז איך האב אנגעהויבן צו טראכטן צי בין איך משוגע אדער מיין גויאישער שכן?
אלנפאלס, גאט האט מיר דאן געהאלפן און האט מיר צוגעשיקט די ענטפערס מיט א קלארקייט אז מיין אמונה איז מיר געווארן שטארקער ווי סיי ווען, אבער די ישועה איז מיר געקומען נישט פון א 'היימישן'.
איך וויל דא נישט אריינקריכן אין מיינע אייגענע קישקעס, אבער איך וויל צוקומען צו דעם אז ברוך השם היינט האלט מען שוין אביסל בעסער און עס זענען דא אנשים כערכנו, יונגעלייט וואס ווילן אז מען זאל זיי יא לערנען דעם ריכטיגן לערע און וויסנשאפט איבער די אמתדיגקייט פון זיין רעגליגיע און איר תורה, און די נייעס קומט אן אז ר' יוסף מזרחי וועט זיין אין וויליאמסבורג קומענדיגע וואך. א פלאץ וואס מען האט נישט גע'חלומ'ט עטליכע יאר צוריק אז מען וועט אזא איינעם לאזן רעדן דא. וויליאמסבורג איז דאך א הייליג שטאט וואס א איד א מגולח טאר דערין קיין דריסת הרגל נישט האבן...
דא זענען עטליכע לינקס צו האבן א בליק איבער וועם די רעדע איז:
הרב מזרחי'ס וועבזייטל
אביסל איבער דעם חשובן איד

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
ווי וואס ווען? ווי אין ווילי גייט עס זיין? גייט עס זיין געבויט אויף קושיות אויף אמונה, ר' אמנון יצחק סטייל? אדער מער השקפה?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
אוי וויי, ווי האב איך געקענט פארגעסן?
עס וועט זיין אין 'כולל וויליאמסבורג' גערופן בלשון חיבה: KW.
280 Rodney St.
מען וועט דארט קענען פרעגן סיי וועלכע שאלות און עס וועט זיין אפן צו סיי וועלכע דעבאטע.
עס איז כדאי צו קוקן אביסל די קליפס פון הרב מזרחי. מיר געפעלט ער זייער.
און ער גייט רעדן אין ענגליש...

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
- האט שוין געלייקט: 79 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
ר' יוסף איז געוואלדיג, כאטש ער טוט צוויי עבירות פאר וויליאמסבורג, ער גייט אן א בארד און ער רעדט פון רעליגיע. לאמיר האפן עס זאך דורכגיין מיט א סוקסעס.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
איינער ווייסט וועגן דעם מענטש?
ווי קומט ער פון? חלום׳ט ער אדער רעד דברים של טעם? אויב ווילימסבורג האט נישט ווער זאל וויסן די ענינים, דארף ער נישט וויסן צופיל אז מען זאל אים קענען אפפרעגן.
יאנקל האסט שוין געהערט פון מחזירי תשובה?
געב ארויס אביסל פון וואס דו האסט געהערטאון געזען, איך מעג אויך תשובה טוהן... און וועסט מיך קענען גיידען צו די וואס האלסט זענען בעסער. עטליסט וועל איך וויסן וועם נישט צו גיין.
וואס איז מיט דעם זמיר כהן? איך האב דעם נאמען שוין געזען און זיינע קאלארפול ביכלעך שוין געהאט, אבער וואס איז ראנג אין זיינע זאכן?

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
יאנקל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:וואס איז מיט דעם זמיר כהן? איך האב דעם נאמען שוין געזען און זיינע קאלארפול ביכלעך שוין געהאט, אבער וואס איז ראנג אין זיינע זאכן?
לייען דורך זיין בוך "המהפך" וועסטו זיך שנעל איבערצייגן וואספארא שטותים ער פארקויפט. יעדער פסעוודא-וויסנשאפטלער ווערט ביי אונז א "מדען בעל שם עולמי" - און אלעס איז א ראיה אז חז"ל האבן אלעס געוואוסט.
איך וואלטנישט געזאגט שטותים. הגזמות איז מער ריכטיג. אסאך זאכן וואס ער שרייבט איז אמת. אפאר זאכן זענען אביסל אויפגעבלאזן. נו, נישט געפערליך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 266
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
קול גדול האט געשריבן:ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.
איך קען אים נאכנישט. די גאנצע וואס איך ווייס פון אים איז וואס איך האב געזען עטליכע מינוט פון זיין דעבאטע מיטן גלח און ס'מיר זייער געפאלן.
לאמיר זאגן אז ער איז די זעלבע ווי אנדערע וואס טוען אין מקרב זיין אידן, און דער עיקר חידוש דא אז ער קומט קיין וויליאמסבורג, א פלאץ וואס לויט מיין ידיעה האט מען קיינמאל פון די נושאים נישט ארומגערעדט, און דאס איז א זאך וואס דארף באגריסט ווערן.
א גוטער פריינט האט מיר אנגערופן דעם פרייטאג אז ער האט הנאה געהאט פון דעם אשכול וואס איך האב דא ארויפגעלייגט און ער האט צוגעלייגט עטליכע נקודות.
דער חבר מיינער איז א איד א מבקש און איז שוין אנגעקומען צו פילע אידן, געהויבענע אידן, און אנשי שם, און נישט אויף אלע האט ער צו זאגן א גוט ווארט. פילע פון די וואס ער האט אזוי אויסגעטאפט, האט ער געזען אז זיי זענען גאר ווייט פון צו זיין תוכו כברו, אבער אויף דעם איד האט ער הויפנט גוטע ווערטער צו זאגן.
ער איז א איד וואס מיינט זיין ארבעט מיטן גאנצן אמת. פארדינט נישט קיין געלט דערפון. ער זאגט מיר אז ער האט, וויסנדיג זיין מצב, זיך אפגעשפארט א פאר דאלער אים צו געבן.
ע
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
קול גדול האט געשריבן:ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.
גיוו מי א ברעיק.... הער אים אביסל אויס און נאכדעם רעד ווייטער
פרוביר אים אפילו נישט צו לייגן מיט הרב אמנון יצחק אויף איין שטאפל
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 266
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
טעלעפאן האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן:ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.
גיוו מי א ברעיק.... הער אים אביסל אויס און נאכדעם רעד ווייטער
פרוביר אים אפילו נישט צו לייגן מיט הרב אמנון יצחק אויף איין שטאפל
אין עברית איז דא אן אויסדרוק: אותה גברת בשינוי אדרת.
אבער אשרי המאמין.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 241
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
- האט שוין געלייקט: 116 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
וויפיל אזייגער גייט פארקומען דער שיעור מארגן?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
.I'm wondering if there is any relation between the ban on the shetern and the lacture on chakireh?
For the last fifty years we never had lactures on this subjects.
For the last fifty years we never had lactures on this subjects.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
יישר כוח זיידעטשקע.
אנטשולדיגט אז איך האב נישט געברענגט קיין באריכט נאכן שיעור. יעצט קען מען אליינס זען ווי עס האט אויסגעזען.
אנטשולדיגט אז איך האב נישט געברענגט קיין באריכט נאכן שיעור. יעצט קען מען אליינס זען ווי עס האט אויסגעזען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
What a dissapointment. "Common sense tells me that everything in the world was created for us." Indeed? Wow. Common nonsense would be more like it. What a poor miserable grasp of the fundementals of logic. This in the first couple of minutes. And it goes downhill from there.
I post, therefore I am
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
קול דודי האט געשריבן:What a dissapointment. "Common sense tells me that everything in the world was created for us." Indeed? Wow. Common nonsense would be more like it. What a poor miserable grasp of the fundementals of logic. This in the first couple of minutes. And it goes downhill from there.
?Its selfish. Does he say the logic why every thing is created for humans
.if the world was created for humans אבן עזרא and the רמב"ם I think its a machlokeh between the
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
יאנקל האט געשריבן:בעת איך וויל נישט אוועקנעמען פון דער דערגרייכונג אז איינער האט באוויזן זיך אריינצו׳גנב׳ענען במחתרת אין וויליאמסבורג, צו רעדן פון אמונה, ר״ל, איז הרב מזרחי׳ס מהלך היבש ווייט פון דעם מידת האמת. ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, באנוצט ער זיך מיט צווייפלהאפטיגע לאגיק פאר זיינע ״הוכחות״.
נו איז דא איינער וואס איז-רעדט יא גוט?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
נולד מאוחר האט געשריבן:זלמן שכטר
www.amazon.com/Jewish-With-Feeling-Meaningful-Practice/dp/B000CC49K8/ref=sr_1_24?s=books&ie=UTF8&qid=1335074858&sr=1-24
ווער-וואס-וואו?? אן איש מוסמך? נישטא קיין קריטיק אויף אים?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
טעלעפאן האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:זלמן שכטר
www.amazon.com/Jewish-With-Feeling-Meaningful-Practice/dp/B000CC49K8/ref=sr_1_24?s=books&ie=UTF8&qid=1335074858&sr=1-24
ווער-וואס-וואו?? אן איש מוסמך? נישטא קיין קריטיק אויף אים?
מוסמך ביי וועם? קריטיק פון וועם? און אז ס'איז יא דא קריטיק?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
טעלעפאן האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:זלמן שכטר
www.amazon.com/Jewish-With-Feeling-Meaningful-Practice/dp/B000CC49K8/ref=sr_1_24?s=books&ie=UTF8&qid=1335074858&sr=1-24
ווער-וואס-וואו?? אן איש מוסמך? נישטא קיין קריטיק אויף אים?
גלייב מיר איך האב נישט קיין אנונג ,
כ'האב עס גנומען פין פאבליק לייברערי אין סהאט גערעדט צו מיין נשמה.
סהאט געשפירט ווי דבר השם, סהאט מיך דרמאנט פין ספר בראשית.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
יאנקל האט געשריבן:הרב שעכטער איז א טיפער און ווארימער דענקער, אבער ער איז נישט קיין ארטאדאקסישער איד. זיין דזשואיש רינועל באוועגונג האט געוויסע שייכות׳ן מיט ריקאנסטראשאניזם, מיסודו פון הרב מרדכי קאפלאן.
הרב שעכטער איז א חידוש און ס'איז זייער שווער אים אפצולערנען. ער איז געווען אן ארטאדאקסישער איד, א ליובאוויטשער חסיד און שליח. ער האט אנגעהויבן זיך טוישן נאכ'ן באקענען זיך מיט ספיריטואלע "ניו עידזש" גדולים, אונטער וועמענס השפעה ער האט גענומען LSD. פון דארט איז ער צוריקגעקומען וואס און ווי ער איז.
טשעקאווע, איך האב נארוואס געלייענט א בוך פון דוד זעללער, וועלכער איז געווארן א בעל תשובה. דערציילט ער אז ער האט זיך געטראפן מיט שעכטער, וועלכער האט אים געהאלפן זיך דערנענטערן צו ארטאדאקסיע בו בזמן ווען שעכטער האט געהאלטן אינמיטן זיין וועג ארויס פון ארטאדאקסיע.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?