די 'בעיס גיטאר'
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:36 am
אלזא, לאמיר אריבערגיין צו באס אדער בעיס ("בסיס" פון די משנה שטאמט לכאורה פון דעם זעלבן שורש), דאס איז כשמו כן הוא דער בעיס פון די מוזיק, עס איז דער יסוד (מדת היסוד...) וואס האלט אונטער די מוזיק, אן דער נידריגער פארמאכטער קלאנג קען דער מוזיק נישט "באמבענען", און עס פעלט א קענטיגע גאנצהייט אין די מוזיק.
וואס איז דאס בעיס?
בעיס פון מוזיקאלישער שטאנדפונקט איז יעדער נידריגער פארמאכטער קלאנג. דער קלאנג קוקט אויס ווי ס'קומט פון אונטער דער ערד. דאס קען זיין פון מענטשן מיט א "באסאווע" שטימע, און פון כלים מכלים שונים, בעיקר גרויסע. אויפן פסוק "והיה כאוב מארץ קוליך" (טייטש: אזוי ווי דאס קול פון אוב וואס קומט ארויס פון דער ערד איז דיין קול) זאגן די מפרשים אז א נידריגע שטימע הערט זיך ווי ס'וואלט געקומען פון דער ערד.
כדי צו באגרייפן וויאזוי אזא קלאנג ווערט געשאפן, נעם א ציצית פאדים און טוה עס אויסציען אביסל, לייג עס נאנט צום אויער און פליק עס מיט א פינגער, אויב ציסטו עס נאר אן אביסל, וועסטו הערן א ברייטע, נידריגע, פארמאכטע און לאנגע קלאנג ד.ה. בעיס, און אויב ציסטו עס אן שטארק וועסטו הערן א הויכע אפענע שמאלע און קורצע קלאנג.
וואס פאסירט ווען מ'ציט עס אן און מ'פליקט? אז מ'פליקט וואקלט זיך דער פאדים אהין און צוריק גאר גאר שנעל, נו, אויב האט איר אמאל געשמיסן א שטעקן אין די לופטן אריין האט איר אודאי געהערט א גרידער ווי דער שטעקן רייסט דורך די לופט, ווי שנעלער דער שמייס איז אלץ קוויטשעדיגער איז דער קול, דאס זעלבע פאסירט ווען דער פאדעם שאקלט זיך אהין און צוריק, נאר וויבאלד עס שאקלט זיך זייער סטעדי גיט עס דעריבער ארויס א מוגדר'דיגער קלאנג,
אז דער פאדים איז מער לויז וועט עס מאכן גרעסערע און, שטייטערע תנועות, אהין און צוריק, און וועט דעריבער ארויס געבן מער א נידריגער קלאנג, ווידער אז דער פאדים איז מער אנגעצויגן וועט עס מאכן קלענערע און אויך שנעלערע תנועות אהין און צוריק. אין אנדערע ווערטער: ווי לויזער דער פאדעם איז אלס ברייטער און אויך שטייטער וועט ער זיך ריקן אהין און צוריק, ווידער ווי שטייפער דער פאדים איז אלס שמאלער און שנעלער וועט ער זיך ריקן אהין און צוריק.
הצד השוה שבהן איז אז מיטן ציטערן וועט דער פאדים ארויס גיבן א קלאנג, דער אנגעצויגענער פאדים וואס שאקלט זיך שנעל און שמאל וועט ארויס גיבן א הויכער קלאנג און דער לויזער פאדים וואס שאקלט זיך אויף א ברייטערער שטח און נישט אזוי שנעל וועט ארויס געבן א נידריגער ברייטער קלאנג. ווייל וואס נידריגער א שטימע איז אלס ברייטער איז ער, ד.ה. ער שאקלט מער אויף דעם ארום, אט דאס איז בעיס.
כדי דער נידריגער קלאנג זאל האבן דעם ריכטיגן קראפט, וועט מען ניצן דיקע סטרינעס (סטרינגס) געשפינט פון סחורה וואס איז געאייגנט דערפאר (חז"ל זאגן אז א פרוי'ס שטימע איז דינער וויבאלד זי איז געמאכט פון א ביין בעת דער מאן איז געמאכט פון ערד וואס מאכט זיין שטימע מער דיק), און דאס וועט מען ארויף ציען אויף א גרויסער שטים-באקס, ווייל ווי גרעסער אלס קרעפטיגער וועט די בעיס זיין.
ווען בעיס איז געווארן א וויכטיגער טייל פון די מוזיק מיט בערך 300 יאר צוריק, איז דער קאנטערבאס געווען דאס וואס האט געגעבן בעיס פאר די מוזיק. מיט בערך 80 יאר צוריק ווען דער עלעקטריק גוטאר איז ערפינדן געווארן, האט דער זעלבער ערפינדער אויך ערצייגט א עלעקטריק בעיס גוטאר (און עטליכע יאר שפעטער אן אקוסטיק בעיס גוטאר - אקוסטיק האט שוין נאכגעמאכט דעם עלעקטריק, א חידוש...) וואס דאס איז דער בעיס וואס מיר האבן ביז היינט פאר די היינטיגע סטייל מוזיק,
פונקט אזוי ווי ביי אנדערע כלים, דארף אויך א באסיסט זיין א מומחה ארויס צו געבן זיין מוזיק מיט טעם. מיט איבער הונדערט יאר צוריק זענען שוין געווען אויסגערופענע באסיסטן מיט קאנטערבאס וועלעכע האבן איבערגענומען די צוהערער מיט זייער טונקעלע פארשטאפטע מוזיק, און עד היום איז דער קאנטערבאס אלס סאלא כלי געבליבן פאפולער. אבער אויך דער בעיס גוטאר וואס מאכט די בעיס פאר די היינטיגע סטייל מוזיק פאדערט שטארקע מומחה'שאפט,דער בעיס פון א קוואליטי באסיסט ברענגט ארויף א טעיפ מיט פיל העכער שטאפלען ווי פון א טעיפ מיט א אומקוואליפיצירטן באסיסט כאטש ער באמבערד גיט. און כשמו כן הוא, דאס איז דער בסיס פון די מוזיק. ס'איז טאקע באהאלטן אבער שטארק עפעקטיוו.
בום, בום. בום, בום...