בלאט 1 פון 2
וויפיל רבי'ס גייען אן הויזן???
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:12 am
דורך אויס מענטש
איך זעה אז דער עולם, האט אן היבשע אינטרעסע צו רעדן פון רבי'ס,
יא ווייסע זאקן ,צו נישט, א לאנגער אשכול וואס קומט נישט קיין אפשטעל,
נו !לאמיר זעהן וויפיל רבי'ס זענען דא וואס טראגן נישט קיין הויזן.
איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער, ביי די נקיי הדעת אין ירושלים, פלעגט זיין איינגעפירט אז מען איז געגאנגען
נאר מיט די מכנסיים { איך ווייס נישט צו איינס אבער צוויי} אבער אן הויזן.
עס איז דא רבי'ס וואס גייען מיט ווייסע הויזן, לזכר זה
יעצט איז מיין שאלה איז נאך דא רבי'ס, אדער סתם ערליכע אידן, וואס גייען אזוי
אויב יא וויפיל און ווער ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:15 am
דורך outspoken
הרה''צ ר' משה בער בעק שיט''א
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:16 am
דורך אויס מענטש
אויב די רעכנסט אים קענסטו צו לייגן
חעשין אויך.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:20 am
דורך outspoken
אויס מענטש האט געשריבן:אויב די רעכנסט אים קענסטו צו לייגן
חעשין אויך.
לאמיר נישט אריינגיין אין פאליטישע געפעכט,צו ער איז יא אדער נישט גערעכט מיט זיין מהלך.
למעשה גייט ער אנגעטון מיט די ירושלים'ער לבוש 100%
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:42 am
דורך געפילטע פיש
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
דו מיינסט דווקא רבי'ס? לאפוקי רביצי'נס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:46 am
דורך שמעקעדיג
קאווע........ אריין אין מאחורי
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:52 am
דורך מיקוה נייעס
מיין רבי גייט אן הויזן ווען ער גייט און מקוה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:11 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז טאקע "מיקוה נייעס"
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:31 pm
דורך קרעקער
ר' שלמה יאנקל געלבמאן שבת
בעיני ראיתי
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:12 pm
דורך מורינו הרב
רבי הערשעלע קרעטשנופער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 4:41 am
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:ר' שלמה יאנקל געלבמאן שבת
בעיני ראיתי
פארוואס קוקסטע?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 9:18 am
דורך ידען
אויף יעדע זאך איז דא א מנהג.
מן הסתם איז אויך דא וואס גייען אן א העמעד...
איך וועל נעמען ביידע מנהגים נעקסטע זומער.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:21 am
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:אויף יעדע זאך איז דא א מנהג.
מן הסתם איז אויך דא וואס גייען אן א העמעד...
איך וועל נעמען ביידע מנהגים נעקסטע זומער.
ביטע. נאר נישט אין פאבליק.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:48 pm
דורך קפנדריא
איך מיין אז קאסאנער רבי זצ"ל פון 14טע עוו. פלעגט גיין ווייסע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 4:23 pm
דורך נס קאווע
מאנטעווידעא רב (הרר חיים יוסל) פלעג איך זעהן יאהרן צוריק ביי הגבה שבת ביי מנחה...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:34 pm
דורך אייגענארטיג
נס קאווע האט געשריבן:מאנטעווידעא רב (הרר חיים יוסל) פלעג איך זעהן יאהרן צוריק ביי הגבה שבת ביי מנחה...
לכאורה האט ער פשוט פארגעסען עס. צירוק אנצוטון נאכן נאכמיטאג שלאף
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:59 pm
דורך איחוד פעלד
עס דערמאנט א ווערטעל, ווען א עלטערע רבי, זענען אים די הויזען אראפגעפאלען אין ביהמ"ד, און די גאנצע עולם האט געשמועסט אז די רבי האט זיך מגלה געוועהן..........
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:09 pm
דורך דָּוִד
אנשולדיקט פאר זיין גראפיק, אבער תורה היא וללמוד אני צריך:איינער ווייסט צו די רביס וואס גייען אהן הויזן גייען מיט געווענטליכע אינטערהויזן מיט א שפאלט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:19 pm
דורך קאווע טרינקער
...
אפשר דרייען זיי די לאך לאחור (תרתי משמע)
טיפער פון דעם גיי איך נישט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:03 pm
דורך ברסלבער
שלמה יענקל געלבמאן ווייס איך אז ער גייט מיט צוויי, אויסגעדרייט אויף ביידע זייטן.
וירא שמים יוצא ידי שניהם..
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:42 pm
דורך ניו יארק
ברסלבער האט געשריבן:שלמה יענקל געלבמאן ווייס איך אז ער גייט מיט צוויי, אויסגעדרייט אויף ביידע זייטן.
וירא שמים יוצא ידי שניהם..
מען דערציילט אויף א געוויסע ברייטליכע איד, אז עס איז נישט געווען קיין העמעד אין די מארקעט וואס איז געווען זיין סייז, האט ער גענימען צוויי, און צוגעקנעפעלט איננע מיט די אנדערע, פון פארענט און פון אונטען......
איי וואס קומט די מעשה דא אריין? ? ?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:אויף יעדע זאך איז דא א מנהג.
מן הסתם איז אויך דא וואס גייען אן א העמעד...
איך וועל נעמען ביידע מנהגים נעקסטע זומער.
דאמאלס וועסטו מוזן גיין ערגעץ אויף א חוף הים קיין קאליפארניע אדער א דזשאנגל אין בראזיל.