בלאט 1 פון 1

די פאלעסטינער פאלק און איר היסטאריע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:39 pm
דורך outspoken
די מדינת ישראל מיליטער האט די נאכט ארעסטירט 55 פאלעסטינע טעראריסטן אין מערב ברעג,

קען איינער מסבר זיין די חילוק צווישן עזה און מערב ברעג?

מערב ברעג האט מדינת ישראל איינגענומען פון ירדן ביי די 6 טעג מלחמה (אוי, ווער געדענקט נאך די נשא בהעלותך תורה גיט מיין טאטע אלטס א קרעכץ) און ס'ווערט געפירט דורך פאלעסטינע פאליציי, אבער מדינת ישראל מליטער זענען דארט בעה''ב, זיי קענען ארעסטירן אראבערס און ס'שטיל.

ווידער עזה האט מדינת ישראל איינגענומען פון מצרים אויך ביי די 6 טעג מלחמה, אבער דארט זענען מדינת ישראל מליטער נישט קיין בעה''ב און קענען נישט דארט אריינטרעטן, אפילו די פלאץ געהערט פאר זיי.

אויך ווען חאמאס שרייט אז זיי ווילען דיPRE 67 BORDERS מיינען זיי אויך די מערב ברעג? אויך, ס'זאל צוריק גיין קיין מצרים אדער ווילן זיי אז ס'זאל זייער אייגענס מיט אייגענע מיליטער.