בלאט 1 פון 14
מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 2:46 am
דורך אךשמח
א צייטונג איז געמאכט דורך מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו מאכן אמאל א טעות, אבער פארט איז אינטערעסאנט צו זען טעותים וואס נעמט זיך פון אומוויסנקייט און אסאך מאל בלייבט מען ערשטוינט צו זען אז דאס איז געדרוקט אין א אויסגאבע וואס ווערט צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן.
אין די היימישע צייטונגען באמערקט מען עס ליידער אויף א גאר גרויסען פארנעם, און איך וועל דא צוברענגען פון צייט צו צייט אויסצוגן פון טעותים וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט עס נישט געקענט פאסירן.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 2:52 am
דורך אךשמח
עס באדערט מיר אז איך מוז אנהייבן דעם אשכול מיט א טעות פונעם בעסטן צייטונג וואס דער היימישער עולם פארמאגט, אבער איך טו דאס אז מען זאל אכטונג געבן אויף טעותים פון דעם סארט אז עס זאל נישט פאסירן.
דער מויל מאכער דאנעלד טראמפ'ס פארמעגן ווערט געשאצט אויף כמעט דריי ביליאן דאלער. יא, עס איז זייער אסאך געלט, אבער ער איז ווייט נישט דער רייכסטער מענטש אין ניו יארק און אוודאי נישט אין אמעריקע!
קוקט וויפיל טראמפ איז ווערדדי צייטונג פ' ויק"פ, זייט 13.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 2:57 am
דורך זר זהב
אמאל איז דער איד געווען פיל מיט טעותים (איך רעד נישט פון גראמאטישע טעותים) למשל אנשטאט שרייבן סענאטער ליבערמאן פון קאנעטיקוט האט געקענט שטיין קאנגרעסמאן ליבערמאן פון ווערמאנט... בערך אזאנע מינע טעותים. "די צייטונג" אבער פלעגט אלץ זיין זייער אקוראט. לעצטענס אבער האט זיך עס געטוישט. מיט די אלע טוישערייען וואס קומט פאר אין ר' אלבערט'ס צייטונג האט ער אויך אדאפטעד די "טעותים ליניע", ממש שרעקליך. וואך איין וואך אויס דארפ איך אפלערנען געוויסע נייעסן און ארטיקלען ווי א שטיקעל גמרא. דעי וואך למשל שטייט אז ראמני האט געווינען אלאבאמא און מיסיסיפי.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 6:21 pm
דורך איינער
פאר די צייטונג קומט זיך מער קריטיק וויל זיין ציל איז יא צו זיין א צייטונג משא״כ די איד/בלאט האבן אן אנדער ציל.
איך האב פאר צען יאר צוריק געסטאפט קויפן די אנדערע צייטונגען, וועגן איך האב נישט געקענט מער פארנעמען די טעותים, ווען נישט מיינע קינדער האבן נישט ערגעץ אנדערש ווי צו ליינען נייעס וואלט איך געסטאפט צו קויפן די צייטונג זייט זיין קוואליטעט איז אזוי שטארק געפאלן.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:43 am
דורך אךשמח
יאנקל האט געשריבן:א דאנק, אך. זייער אינטערעסאנט. איך וואלט דאס נישט ערווארטעט אין ״די צייטונג״.
אגב, איז שייך צו מאכן דעם בילד קלענער?
פארוואס איז טאקע דער בילד אויסגעקומען אזוי גרויס?
ווי מאכט מען עס קלענער, און לערן מיר ביטע אויס וואס צו טאן קומענדיגע מאל.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 12:58 pm
דורך זר זהב
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:52 pm
דורך ניו יארק
דער בלאט די וואך
איך קען נישט טראכטען וואס זיי האבן געמיינט צו זאגען
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 12:46 am
דורך משולם שטיינפעלד
יעקב כהן איז א שרייבער אין בלאט.
דא איז א שורה אריינגעפאלן בטעות.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 3:21 am
דורך in-Kolel
די וואך איז געווען באשריבן אינעם איד די עקסידענט פינעם פינאנץ מיניסטער האבן זיי געשריבן אז ער האט געליטן פין חולי נופל רח״ל וואס איז פשט אז מקען נישט שרייבן ווי נארמאלע מענטשן אז ער האט געליטן פין א סיזשור??????
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 3:36 am
דורך זר זהב
א סיזשור קען מען אנרופן א חולי נופל וואס מיינט א פלוצלינגדיגע "סאדדען" קרעקנשאפט.
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 9:18 am
דורך איחוד פעלד
אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
למשל איינער איז איבער געשפרונגען די טורנסטייל ביי די טרעין און האט געגנבט איינעםס פעקעל און אנטלאפען אויף די באן.
און די מעשה איז געווען מיט א פרוי, טוישט מען עס צו א מאן.
פארוואס?
טורנסטיילס זענען געווענליך און מקוה, און פרויען אין מקוה איז נישט פאר בחורים....''
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 1:39 pm
דורך אלבערט
איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
למשל איינער איז איבער געשפרונגען די טורנסטייל ביי די טרעין און האט געגנבט איינעםס פעקעל און אנטלאפען אויף די באן.
און די מעשה איז געווען מיט א פרוי, טוישט מען עס צו א מאן.
פארוואס?
טורנסטיילס זענען געווענליך און מקוה, און פרויען אין מקוה איז נישט פאר בחורים....''
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
גאנץ א שיינעם פשעטיל....
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:10 pm
דורך ניו יארק
נו.... דארט ווי תורה, דארט חכמה....
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 10:22 pm
דורך זר זהב
אין איד שטייט וואס א וויין סוחר האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער
ttt.jpg
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:55 am
דורך שמעקעדיג
צו בארטש דארף מען ניט קיין צןיי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:20 am
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
איך האב געברענגט דעם ארטיקל
דא.
אזוי איז אקע געווען ווען די בלאט האט איבערגעשריבן דעם
שרעקליכן מעשה אין עמי און געטוישט די רייזענדע צו זכרים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:22 am
דורך פראפעסאר שפירא
שמעקעדיג האט געשריבן:צו בארטש דארף מען ניט קיין צןיי
אויך קוקט אויס אז די נאמבער איז א טעות
945 אנשטאט 845
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
ריכטיג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:42 pm
דורך עס עפעס
אין קרית יואל בולעטין די וואך:
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:57 pm
דורך חד גדיא
עס עפעס. זייער פאני!! אבער ברענג שוין די גאנצע ארטיקעל. איך בין נייגעריג וואס ער שרייבט וועגן די וואס האלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 5:24 pm
דורך געפילטע פיש
ער האט ארומגערינגעלט די איינציגסטע שטיקל וואס איז נישט עמ-הארצ'ות...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 6:02 pm
דורך געפילטע פיש
חד גדיא האט געשריבן:עס עפעס. זייער פאני!! אבער ברענג שוין די גאנצע ארטיקעל. איך בין נייגעריג וואס ער שרייבט וועגן די וואס האלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט.
www.kjbulletin.com/weekly/#p=25פותחין בכבוד האכסניה
1.PNG
האט איינער אמאל געהערט פון אזא נומבער?
2.PNG
אכט טויזענט, זעקס הונדערט זעקס און זעכציג... טויזענט... המממ...
די איבעריגע נומבערס? איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס, איז אזוי שווער צו מאכן א גוגל סוירטש "מערקיורי סירקאמפרענס"?
3.PNG
איינער זאל מודיע זיין פאר די מאטימאטיקער אז פיי (pi) האט א נייע ציפער.
4.PNG
אקעי, נאר פארמישט ניין און דרייסיג מיט דריי און ניינציג, נישט געפערליך.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 8:46 pm
דורך זר זהב
א מיינאר געאגראפישער טעות אין דער איד פר' תצא, אינעם באריכט פון די נסיעה צום ציון הבעל פלא יועץ ז"ל שטייט: "עטליכע פליגער זענען ארויס פון אר"י און געלאנדעט אין ווארנא די הויפטשטאט פון בולגאריע."
ניין. די הויפטשטאט איז סופיה.