בלאט 1 פון 2

קידוש לבנה אבזערוואציעס

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:05 am
דורך משה געציל
בערל דער גבאי שני האט געירשנ'ט בירושה פון זיין פארגייער, דאס אויסקלאפן נאך מעריב "קידוש לבנה" ... פראבירן זאל נאר א צווייטער אויסצוקלאפן.

שמואל נחום -אזוי ווי יעדענס מאל- האלט אז מען זאל נאך ווארטן אפאר מינוט, ווייל דעמאלטס וועט דער לבנה אנקומען צום קלימאקס פון איר שיינקייט (נאך א מזל אז מען געברויך נישט א הדרדיג'ע לבנה ווי א אתרוג...)
ר' יצחק אייזיק וועט דייקא נישט נעמן א זאגערל פון די וואנט, נאר ענדערשט א סידור כדי צו קענען זאגן למנצח בצורת המנורה.

שלום האט א מנהג מקובל, הויך אויסצושריין "חק נתן ולא יעבור", און פארזעצן מיט דעם ברכה מילה במילה בקול רם גדול בהתלהבות עצומה. ווען איך האב אים אנגעפרעגט וואס ער האט אינזין ביי קידוש לבנה, האט ער פונקט געמוזט לויפן, אויפדערווייל -ווי לאנג ער איז אזוי פארנומען- בלייב איך זאגן אויפן זעלבן נארמאלן טאן.
משה אברהם האט שוין פון לאנג דער חזקה, צו שטיין לעבן דעם רב ביי קידוש לבנה אויף וואס ער איז נישט מוותר ח"ו, יעבור עליו מה.
דוד -שוין נישט קיין אינגערמאנטשיג גראדע- הייבט זיך ביי ״כשם שאני רוקד״, למעלה מעשרה טפחים.
זרח וויל א יעדעס מאל פון פריש וויסן פארוואס מען זאגט דער פסוק תפול עליהם דריי מאל פארקערט. (פארוואס מען זאגט עס געהעריג דריי מאל ווייסט ער שוין...)

מעכל האט א מנהג, אז ער גיבט שלום עליכם פאר אלע וואס שטייען אין זיינע ד' אמות, ח"ו קיינעם נישט וויי צו טוהן.
נחום ווארט שוין אז א בחור'ל זאל אים צוקומען געבן שלום עליכם, ער זאל קענען ענטפערן מיט א שטרענגע מינע "זאג נאר! איך בען עפעס דיין חבר"?!
ברוך -דער פאנדדרעיזר פארן כולל ערב- איז מקפיד צו שטיין ביים זייט פונעם גביר און אים געבן שלום עליכם מיטן וויץ צוגעגרייט נאך פון פאריגע חודש, אה! מ'האמיר זיך שוין לאנג נישט געזען.... (היינט פאר א טויש האט ער יא א טובה געטוהן און געגעבן א פערטל שמייכל).
ר' אבא האט שוין א אלטע מנהג, ווען ער גיבט שלום עליכם ענטפערט ער תיכף צוריק פאר זיך אליינטס עליכם השלום, נאך איידער יענער קען אים צוריק ענטפערן. מסתמא האט ער נישט געפינען א ריכטיגע חבר וואס זאל זיין גענוג כשר אויף אים צו ענטפערן.
יוקל באקוקט זיך זיינע פעדעמער פונעם ציצית בבדיקת חורין ובסדקין.

יענקל (איך מיין נישט דיך, איך האב דירעקט געשריבן מיט א "עין"...), פאנגט אן טובים מאורות מיט א פרישקייט, ווי דענסמאל איז דאס ערשטע קידוש לבנה זיינער. עס וואונדערט מיר צו "לווים בזמרם" מיינט מען טאקע דעם ניגון.
בנימין זאב האט א מסורה, אז פאר א יעדע מאל וואס מען הייבט אויף איין פיס ביים טובים מאורות טאנץ, שאקלט מען די אנדערע דריי מאל שנעל.
פייוול כאפט אן זיין שכנ'ס האנט און רוקט עס אונטער יענעמס רוקן דייקא, אינטערעסאנט איז אז ביי הקפות איז ער זיך נוהג צו שלעפן יענעמס האנט צו זיינע לענדן.
חייקל איז דער ארכיטעקט פונעם רינג. ווען עס פעלט זיך אויס צו פארברייטערן איז ער דער וואס שלעפט זיינע שכנים מיט אים, ווען א צווייטער וועט עס טון אן זיין ערלויבעניש וועט ער זיכער מאכן עס צו צושטערן.

משה מנחם שרייט שוין א גוטן חודש! א גוטן חודש! ווען דער עולם האלט נאך ביי "ברכה והצלחה"... און לויפט שנעל זיכען א יונג בחור'ל וואס זאל אים נאר האלטן די זאגערל פאר א מינוט, און פלינקערהייט יאגט ער אפ (עס איז געלאנגען די אקציע... הא?). אינטערעסאנט אז א צוויי מינוט שפעטער טרעף איך אים אין ביהמ"ד.

שטעלט אייך פאר ווען דער זון וואלט ווען אננגעקומען איין מאל א חודש, צום זעלבן פינטל וואו זי איז געווען אין טאג פון איר באשאף.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:14 am
דורך געפילטע פיש
מעסיוו דזשאב, עז יוזשועל, אבער האסט פארגעסן פון ר' חיים וואס טוט זיך אויס די גלעזער און קנייטשט צאם די שטערן צו זען די לבנה אן קיין חציצה, און פון געצל, די פעשליכע, וואס בלייבט אלעמאל מיט די גאנצע פייל פון געשלאגענע זאגערס...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:18 am
דורך sunbar
פיין געשריבן. מיין ווייב וויל וויסן וואס די ווערטל איז. א פרוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 4:18 am
דורך berlbalaguleh
הא, ר' משה געציל. דו ביסט מסתמא געווען אין מיין ביהמ"ד און זיך אונטערגעהערט ווי איך רוף אויס "קידוש לבנה". און ווי ר' זרח טאשן-שניידער קריגט זיך מיט די בחור'לעך וואס באגריסן איהם מיט א הארציגן "שלום עליכם". ר' אלי' בער, דער שיינער איד, וואס שרייט אויס "טובים מאורות" ווען דער עולם האלט נאך אינמיטן "כשם שאני רוקד". בקיצור, דו לייגסט אראפ א קידוש לבנה פונקטליך ווי אין ביהמ"ד אין מיין שטעטל ווילקאמיר. איך האף נאר אז דו ביסט נישט געווען דא היינט אינדערפרי ביי פסוקי דזמרה און זיך אונטערגעהערט ווי יודן "תלמידי חכמים" שרייען אויס הויך אויפן קול "נהלת באזנך" אל נוה קדשיך. א צווייטער יוד, פון די "תלמידי חכמים" און שיינע יודן אין שטעטל, ווען ער גייט צו צו מוסף שרייט ער אויס "וחוקי ראשי חדשים להם בקעת".

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:48 am
דורך גלות יוד
משה געציל זייער גיט עז יוזשעל אבער דיין לעצטע זאץ האב איך נישט פארשטאנען

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:14 pm
דורך משה געציל
גלות יוד האט געשריבן:משה געציל זייער גיט עז יוזשעל אבער דיין לעצטע זאץ האב איך נישט פארשטאנען

איך בין געווען מסופק בשעת׳ן שרייבן צו דער עולם גייט כאפן וואס איך האב געוואלט דערמיט, איינער האט געכאפט?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 7:43 pm
דורך איך אויך
לכאורה מיינט ער צו זאגן: שטעלט אייך פאר מיר האבן א מעמד קידוש החמה יעדע חודש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:06 am
דורך משה געציל
איך אויך האט געשריבן:לכאורה מיינט ער צו זאגן: שטעלט אייך פאר מיר האבן א מעמד קידוש החמה יעדע חודש.

יאפס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:06 am
דורך איך אויך
יעי איך האב צוגעטראפן, וואסערע פרייז באקום איך?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:40 pm
דורך משה געציל
איך אויך האט געשריבן:יעי איך האב צוגעטראפן, וואסערע פרייז באקום איך?

דאס אליינטס איז נישט גענוג??? וויאזוי פלעגט נאר מיין רבי׳ זאגן? קום נאר אהער כ׳וועל דיר געבן איינטס וואס וועסט געדענקן א לאנגע צייט...
ערענסט גערעדט, שיק מיר נאר דיין אדרעס מיט א געסטעמפטע ענוועלאפ.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:44 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:יעי איך האב צוגעטראפן, וואסערע פרייז באקום איך?

אז דו (און דיינע קינדער און אייניקלעך) האסט/ האבן א רעכט צו פארענטפערן א יעדע שווערע (אדער לייכטע) חידה אדער אומפארשטענדליכע זאץ (סענטענס, בלע"ז וואס סיי וועלכער בעל המימרא וועט ארויפברענגען דא אין קאווע שטיבל) אדער אויף וואס איז נייעס, ר' הערשל ציג'ס בלאג אדער (להבדיל) אויף דעם מנוול נחום ראזנבערג'ס בלאג. וע"ז באנו עה"ח יום א' לס' וישלח שנת תתע"ג לפ"ק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:55 pm
דורך איך אויך
משה געציל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יעי איך האב צוגעטראפן, וואסערע פרייז באקום איך?

דאס אליינטס איז נישט גענוג??? וויאזוי פלעגט נאר מיין רבי׳ זאגן? קום נאר אהער כ׳וועל דיר געבן איינטס וואס וועסט געדענקן א לאנגע צייט...
ערענסט גערעדט, שיק מיר נאר דיין אדרעס מיט א געסטעמפטע ענוועלאפ.

פיין, וואס איז דיין אדרעס? און וויפיל סטעמפס זאל איך לייגן?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:43 am
דורך משה געציל
היינט האט ר' זעליג אונזער קידוש לבנה מידיעראלדזשיסט געהאט א שטיקל דורכפאל ווען ער האט מיט א פעסטקייט מחליט געווען אז מען זאל צו ווארטן נאך א צוויי דריי מינוט ביז ווען דער לבנה וועט ארויסקריכן פולקאם פון אונטערן וואלקן, למעשה איז זי נאר באדעקט געווארן מער...

משה חיים צייגט פאר זיינע קינדערלעך, אז אויב מען קוקט גוט קען מען זען א מענטשליכע געשטאלט אין די לבנה. איך האף אז ביים תפילת רמב"ן האט ער אינזין שענערע גלידער...

דוד ווארנט אן די קינדער נישט צו קוקען צו לאנג אויף די לבנה, ווייל מען קען דיגנאזירט ווערן מיט לבנה קריכעריי אין מיטן שלאף... עס וואונדערט מיר פון וועלכע גינעטישע פאקטארן עס האט זיך געשאפן די קראנקהייט דייקא ביי אידן פונעם אשכנזישע אפשטאם...

מענדל האט געהאט א נצחון אין אלע זיינע שונאים אז עס איז געווען פארוואלקנט פאריגע וואך, אזוי ארום איז אים געלונגען מחדש צו זיין די לבנה מוצאי שבת...

איטשע האט זיך הויך צעשריגען "ולא יהיה לי כאב לשניים" אז מיינע צאן (אזוי פלעגט מיין רבי׳ זאגן, מיט א קמץ אונטערן אל"ף...) האבן אנגעפאנגן ציטערן פון די קולות...

פייוויש וואס האט אריינגעוואקט ביי מנחה מיט זיין שלאף קאפל, האט שוין געהאט זיין צווייטן דורכפאל, ווען ביים בודק זיין די חיליות האט ער באמערקט אז זיין ציצית איז אים פארקערט, און בפני קהל ועדה זיך אויסגעטון די בעקיטשע צו פארעכטען... זעט אויס אז "בתר עניא אזלא עניותא" מיינט נישט דוקא פינאנציעלע עניות...

נתן דער אלס-ווייסער האט צוגלייגט א געזונטען ווינטער נאכן ווינטשן א גוטן חודש, זאגענדיג אז דער אפיציעלער ווינטער סעזאן האט זיך ערשט אנגעפאנגען פרייטאג...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:15 am
דורך קווארטין
גוט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:20 am
דורך געפילטע פיש
איינער האט היינט געפרעגט די לבנה-זאגער טיילער וואס זיין ריטורן פאליסי איז, אויב ער נעמט אויך צוריק גענוצטע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:31 am
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט היינט געפרעגט די לבנה-זאגער טיילער וואס זיין ריטורן פאליסי איז, אויב ער נעמט אויך צוריק גענוצטע.

איך מיין עס איז שוין צייט צו מאכן א דיזפאסעבל זאגער, מענטשן גייען נעבעך דורך שווערע מינוטן ווי לאנג מען דערזעט ענדליך די געשלאגענע זאגערס צוריק אין פלאץ.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:59 am
דורך געפילטע פיש
פארענט פון בית מדרש דארף מען אויפהענגען א גרויסע מודים דרבנן סטייל פלאקאט, מיט קידוש לבנה אותיות, וועט מען נישט דארפן קיין זאגערס בכלל, חוץ ווען די לבנה פארשטעקט זיך אונטער א בוים און מ'דארף גיין ארום די קארנער צו כאפן א בליק אויף איר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:19 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:פארענט פון בית מדרש דארף מען אויפהענגען א גרויסע מודים דרבנן סטייל פלאקאט, מיט קידוש לבנה אותיות, וועט מען נישט דארפן קיין זאגערס בכלל, חוץ ווען די לבנה פארשטעקט זיך אונטער א בוים און מ'דארף גיין ארום די קארנער צו כאפן א בליק אויף איר.

אין ארץ ישראל איז פאראן אזוינס. א שטייגער ביי איצקוביץ שטיבלאך אין ירושלים.
מהם ילמדו וכן יעשו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:23 am
דורך געפילטע פיש
איצקוביץ' שטיבלאך איז אין בני ברק.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:02 am
דורך שמעקעדיג
און אויך איז פאראן איינס אין ירושלים, אביסל ארויס פון די היימישע געגענט.
איך האב דארט געדאווענט עטליכע מאל.
און דא האב איך א בילד פון די קידוש לבנה אינדרויסן:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:13 am
דורך [NAMELESS]
כד מטא זימניה דר' משה געציל למיעל לעלמא דאתי, הוי מכרזי עליה תא חזי מאן גברא רבה דהוי מפארי ליה למאריה, והוי מקשט ומפאר למצוותא דקידוש לבנה במילי מעלייתא. עד יומא דאתי ר' משה געציל לא ידעי אינשי מימינא ומשמאלא בהאי מצוותא רבתא, כיון דחזי ר' משה געציל כתבא ליה בחדרא דקאווא, וכולא אינשי ידעי למירקדא כד מטא להאי קרא "כשם שאני רוקד", וכיון דהוי גמרי לקידושא, ידעי למיהב ליה לההוא בטלנא דהוי לקח להו.
אתא ירחא ואמרי, יהבי לי משה געציל ואנא יהב ליה שכריה ומיתב ליה בירחא. אתא שמשא ואמרי לא, משה זו מאי כתיב ביה "פני משה כפני חמה", אמרי ירחא, אם פני משה כפני חמה, פני געציל כפני לבנה, אמרי פמליא של מעלה, ירחא ושמשא ליתב בהדי הדדי ומשה געציל יתיב ליה בינייהו, הדא הוא דכתיב נחלת משה בקרני שמש ופני געציל כירח קדם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:19 pm
דורך יתרו
איך פארשטיי נישט קיין אראמיש, אבער מסתמא איז עס גוט, חזקה על קופערניקס שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:31 pm
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:און אויך איז פאראן איינס אין ירושלים, אביסל ארויס פון די היימישע געגענט.
איך האב דארט געדאווענט עטליכע מאל.
און דא האב איך א בילד פון די קידוש לבנה אינדרויסן:


שעקועך פאר די בילד, כ'פארשטיי נישט פארוואס דער הללויה האבען זיי געמאכט עפעס א תיקון ליל שבועות סטייל, און געשריבען הללוי' הללו חק ולא יעבור!!!

עפעס א אינטרעסאנטער מנהג, ווי נאך פירט מען זיך אזוי?????