בלאט 1 פון 1

וואו זענען די שדכנים?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:14 pm
דורך מיקוה נייעס
אין די אויסגאבע וואס קומט ארויס וועכנטליך מיטן נאמען 'דער בלאט' איז אין די לעצטע פאר וואכן געלאפן אן ארטיקל מיטן נאמען וואו זענען די שדכנים?

איך וואלט דא געוואלט אנאליזירן די נושא. איך מיין אז דער שרייבער נעמט זיך צו שטארק אן פאר די שדכנים. אמת, עס זענען דא מענטשן וואס זיי נעמען זייער נישט שיין אויף די שדכנים, זיי רעדן זייער נישט שיין צו די די שדכנים, אבער פון די אנדערע זייט קען מען פארשטיין די מענטשן, די שדכנים קומען זיי טראגן א שוואכע שידוכים פאר פיינע בחורים, מעג איך נישט צוריק זאגן פארן שדכן טראג מיר אן עפעס בעסער'ס..? נאר די שדכנים מעגן האבן טענות, און די מענטשן פארוועם מען טראגט אן טאר נישט האבן קיין טענות? [אזוי קוקט אויס פון די ארטיקל אין דער בלאט].

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דעם ענין.