בלאט 1 פון 1

עמעריקאן עקספרעס שאפ סמאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 7:26 pm
דורך קלאר
ווי א שירעם נאך רעגן עפן איך די אשכול - נישט פארשטייענדיג אז קיינער האט נאכנישט (באלד וועלן שוין די וולאנטורן זיך נעמען ווארפן לינקס פין דער ערד ארויס אבער דערווייל טרעף איך נישט)

נעכטן נאכט איז געווען די עמעריקאן עקספרעס שאפ סמאל פראגראם
ווי יעדער עמעריקאן עקספרעס קארטעל האט געקענט ווערן רעגיסטרירט צו קענען איינקויפן דעם 24'טען ביי א לאקאלע ביזנעס לכה'''פ 25 דאללער
אין וועט דערנאך ווערן ריפאנדעט

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס זאל דאס ע''ע טוהן, עס דארף זיי לכארוה קאסטען עפרות זהב

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 7:28 pm
דורך קלאר
ספעצעיל ביי אינז יודלעך האט ע''ע געצאלט א טייערע פרייז
די היימישע ארגענעזאציעס האבען רעגיסטרירט דעם עולם אין די מאסען אין דערנאך געטשראזשט 25 דאללער נעכטן נאכט
זיי האבען געמיינט אז זיי וועלן זיך באווערענען פין אינז אין געמאכט אז די פראגראם זאל זיין דוקא אין שבת, זיי האבען נישט געוויסט אז די זמן איז אזוי פרי

געשעפטן האבען ספעציעל געפנט נעכטן נאכט פאר די ע''ע באניצער
דער עולם איז געשטאנען אין די רייע מיט קארטלעך אין די האנט, (יעדער האט דאך 10 אדישינעלס)
איינער זאגט מיר ער איז נאכטן דורך ביי לי עוו' פאטא אין וויליאמסבורג, אין ער איז געווען אפען בלויז וועגן דעם פראגראם, אין די געשעפט איז געווען פול

עס גייט ארום א ווערטעל אז ע''ע האט געזאגט אז עס קוקט זיי אויס ווי אין ב''פ & וומ''ס וויאנען מער מענטשן ווי מאנהעטן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:09 pm
דורך געפילטע פיש
דאס טוט אמעריקען עקספרעס צו פראמאוטען סמאל ביזנעס סאטורדעי, ווי זיי זענען מעודד דעם עולם צו קויפן ביי מאם און פאפ שאפס, קליינע לאקאלע ביזנעסער, צו בוסטען (ווי אזוי זאגט מען boost אין אידיש?) די לאקאל עקאנאמיע. איך גלייב נישט אז ס'קאסט זיי אסאך מער ווי זייער אנדערע מארקעטינג קאמפיינס.

אבער איין זאך וואס האט מיר שטארק פארדראסן דאס יאר איז די פרעכהייט פון די "צדקה" ארגענעזאציעס, ווי זיי זאגן נישט אויס די סוד פון SBS נאר זאגן אז זיי האבן א פריוואטע אפמאך מיט אמעריקען עקספרעס אז די נדבנים וואס וועלן זיי געבן $25 וועט א"ע זיי צוריק קרעדיטן אויף דעם. דא האט איר וואס ובלכתך בדרך האט געשריבן:

בילד

איך מיין אז די עבירות פון תהלים כולל און קופת העיר פון באקן מעשיות יעדע וואך זענען זייער קליין אקעגן דעי פשוטע גניבת דעת.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:13 pm
דורך זר זהב
זיי געבן צוריק פאר אלע ובלכתך בדרך נדבנים...לול. עפעס האט ע"ע אנגעכאפט א רוח אז אידן זאלן הערן הרב שלעזינגער'ס טעיפס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:40 pm
דורך יידל
אשפג. געפילטע נאדיר :לייק

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:45 pm
דורך געפילטע פיש
א ביטערע געלעכטער, אז אונזער נאן פאר פראפיט ארגענעזאציעס וואס זענען אונטער השגחת הרבנים הגאונים שליט"א פירן זיך אויף אזוי, וואס קענען מיר עקספעקטן פון אונזערע ביזנעסלייט?

אלענפאלס, מ'סארי פארן היידזשעקן די אשכול, צוריק צום נושא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:18 pm
דורך sunbar
זיי טוען דאס אלס זייערע צדקה פארן יום הדין...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:25 pm
דורך מים חיים
ובלכתך בדרך הרחיק לכת מער ווי אלע אנדערע צדקה ארגענזאציעס.

אלע צדקה ארגענעזאציעס, האבן פראקלאמירט אז אמעריקען עקספרעסס האט א געהיימע שותפות מיט זיי, און אויב מען גיבט זיי 25 דאללער באקומט מען עס צוריק פון אמעריקען עקספרעס. אבער ובכלתך בדרך, לא די וואס זיי האבן א אפמאך אז מען גיבט צוריק פאר די נדבנים די געלט וואס זיי גיבן, לאזט ובלכתך בדרך ברוב טובם נעמען 5 סידיס "בחינם"....

5 סידיס קאסט געווענליך 10 טאללער.... און דא נעמען זיי 25 דאללער און "לאזן" נעמען 5 סידיס. מיט אזא ווירטשאפט, נישט קיין וואונדער ווי א מאני מעקינג ביזנעס האט די חוצפה פון מאכן א דינער לטובת די הייליגע מוסד ובלכתך בדרך. יא יא, קוק מיר נישט אזוי אן. אפאר יאר צוריק האבן זיי געמאכט א דינער אין בארא פארק צוליב דעם וואס זיי קענען נישט דעקן דעם בודזשעט........

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:30 am
דורך געפילטע פיש
איך גלייב נישט אז זיי צאלן מער ווי 12 - 13 סענט א סידי, אויב נישט ווייניגער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:32 am
דורך זר זהב
זיי צאלן פאר א גראפיקער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:03 pm
דורך קלאר
פאריאר איז רוב היימישע עולם נאך געווען איינגערעדט אז דאס האט עפעס מיט טשערעטי
היי יאר זענען שוין עטליכע סטארס געווען אפען מוצ''ש בלויז פאר דעם
נעקסטע יאר וועט מוצ''ש אויסקוקען ווי א בלעק פריידעי (מיין שאצונג)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:05 pm
דורך וויליאמסבורגער
די שייגעץ שטיק האט זיך אנגעהויבן פאריאר מיט די רובאשקין קעיס ווען מ׳האט געמאלדען אז מ׳קען געבן 25 דאלער פאר רובאשקין און עמעקס וועט עס צוריקגעבן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:05 pm
דורך קלאר
די ובלכתך בדרך - ''לזיכו הרבים'' עד איז גניבה אדער גניבת דעת לכל הדעות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:09 pm
דורך קלאר
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס טוט אמעריקען עקספרעס צו פראמאוטען סמאל ביזנעס סאטורדעי, ווי זיי זענען מעודד דעם עולם צו קויפן ביי מאם און פאפ שאפס, קליינע לאקאלע ביזנעסער, צו בוסטען (ווי אזוי זאגט מען boost אין אידיש?) די לאקאל עקאנאמיע. איך גלייב נישט אז ס'קאסט זיי אסאך מער ווי זייער אנדערע מארקעטינג קאמפיינס.



דאס קאסט זיי לכאורה פאנטאסטישע סכומים
זיי האבען געהאט א מארקעטינג פאר דעם פראגראם זעלבסט, ווי אויך א עקסטערע סייט
שטעל דיך פאר ווען יעדע אדישינעל זאל סווייפען 25 דאללער, עס קאסט אסאך אסאך מער ווי א טייערע מארקעטינג,
אויב מיינען זיי דא בלויז מארקעטינג וואלט איך הערשט נייגעריגע געווען פאר א הסבר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:17 pm
דורך outspoken
קלאר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס טוט אמעריקען עקספרעס צו פראמאוטען סמאל ביזנעס סאטורדעי, ווי זיי זענען מעודד דעם עולם צו קויפן ביי מאם און פאפ שאפס, קליינע לאקאלע ביזנעסער, צו בוסטען (ווי אזוי זאגט מען boost אין אידיש?) די לאקאל עקאנאמיע. איך גלייב נישט אז ס'קאסט זיי אסאך מער ווי זייער אנדערע מארקעטינג קאמפיינס.



דאס קאסט זיי לכאורה פאנטאסטישע סכומים
זיי האבען געהאט א מארקעטינג פאר דעם פראגראם זעלבסט, ווי אויך א עקסטערע סייט
שטעל דיך פאר ווען יעדע אדישינעל זאל סווייפען 25 דאללער, עס קאסט אסאך אסאך מער ווי א טייערע מארקעטינג,
אויב מיינען זיי דא בלויז מארקעטינג וואלט איך הערשט נייגעריגע געווען פאר א הסבר


איין LATE PAYMENT האט זיך עס אויסגעצאלט...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:33 pm
דורך קלאר
אומר ועושה, די קרעדיט איז שוין געפאוסט פאר שאפ סמאל קאסטומערס
אנדערש ווי פאריאר ווען עס האט גענומען אפאר וואכען