בלאט 1 פון 1

עליונים למטה ותחתונים למעלה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:12 pm
דורך outspoken
די גמרא זאגט אין בבא בתרא, יוסף בריה דר' יהושע חלש אינגיד א"ל אבוה מאי חזית א"ל עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה.

איך האב גערעדט לעצטע וואך מיט א חשובע איד וואס האט מיר אויפגערודערט און אויך מיין קוק אויף זאכן, ער האט אראפגעלייגט צוויי אידן וואס קומען ארויף צום בי''ד של מעלה,

ראובן, א חשוב'ער איד, אלץ עוסק געווען בשמחה של מצוה, געלערענט געדאווענט געשמאק, אויפגעפירט ווי אן ערליכער איד, יא, אלץ אינגערמאנטשיג האט ער זיך נאכגעגען די תאוות און געטון אפאר גראבע גראבע עבירות, אבער ער האט זיך אפגעטשוכעט דערפון און פלעגט אלץ תשובה טון דערויף.

שמעון, ווידער, א פשוט'ער איד, שווער מיטגעמאכט א גאנץ לעבן, ער האט געהאט שטארקע תאות נשים און ספעציפיש אויף איינעם אין זיין אפיס (פאר 70 יאר צוריק) און האט געהאט אפאר OPPORTUNISTS צו טון... אבער ער איז דאך פארט א איד, האט ער זיך איינגעהאלטן און אפילו געטוישט JOBS , אבער למעשה האט ער נישט געקענט ארויסשטויסן זיינע הרהורים א גאנץ לעבן
(MAYBE HE MISSED HIS BEST OPPORTUNITY OF HIS LIFE) וואס האט אים גורם געווען יסורים נוראים, מקרים רעים רח''ל, וואס ס'איז שוין געווען א קייט פאר מרה שחורה און נישט געהעריג דאווענען ,לערנען אא''וו, ביז אפילו ביים טויט בעט האט ער נאך געזען אין זיין דמיונות די שיינע... (וואס איז שוין אלט געווען 93 יאר)

בי''ד פסק'נט,
ראובן באקומט א וואך גיהנם פאר די עבירות, פשוט נאך אביסל אויס צו וואשן זיין נשמה, דערנאך א שטיקל גן עדן פאר זיינע מצוות,
שמעון באקומט באקומט ריזיגע ש"י עולמות גן עדן, און אלע צדיקים און יוסף הצדיק בראש זענען אים מקבל פנים.

ראובן נעמט זיך שרייען, איז דאס דער עולם האמת? איך באקום פאר דאווענען, לערנען א שטיקעלע גן עדן, און ער פאר זיין נישט דאווענען און לערנען דרייט זיך איבער די גאנצע עולם האמת.

ענטפערט אים בי''ד, זייער פשוט, ווען ער זאל זיך נאכגעבן זיין תאווה ''איין מאל'' 70 יאר צוריק אין זיין אפיס וואלטן זיינע הרהורים זיך דעמאלטס געשטילט, און וואלט נאך געדאווענט אזוי שיין ווי דיר, נאר ער איז געווען מושל ביצרו און נאך געליטן דערפאר יסורים א גאנץ לעבן, איז ער אנגעקומען צו די גרעסטע מדרגות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:11 pm
דורך איחוד פעלד
שיינער מעשיות
ווי אזוי ווייסט איינער וואס מען פסק'נט אויף'ן עולם האמת.
פארדעם קען עס נאר דער אויבערשטער אליין טוהן.
עס איז דא אסאך פרטים און פרטי פרטים אין יעדעס מעשה'לע און נסיון.
צ.ב.ש. איינער גיט מען א נסיון צוריקלייגען דער טשולענט טאפ שבת, און דער צווייטער קען עס זיין אנשטופען א מעריב, קיינער ווייסט נישט וויפיל אומץ איינער דארף האבען אפילו פאר א נארישער נסיון.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:13 pm
דורך sunbar
ווער איז שמעון ווידער?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:19 pm
דורך איחוד פעלד
א ברודער פין ראובן חשובער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:19 am
דורך חאצקל
דער יסוד פון דעם פארשטעלונג איז אז ענדערש זאל מען בלייבן איינגעטונקען די גאנצע לעבן מיט אומווירדיגע מחשבות כאטש ס'מאכט א חורבן פונעם רוחנית'דיגן (און אפילו גשמיות'דיגע) לעבן, ווי איידער צו טון א איסור'דיגער מיטל וואס זאל אים באפרייען פון א אומווערידיג לעבן.

מיר זעען אין גמרא אז ווען ס'געווען א מעשה וואס איינער האט זיך פארליבט אין א פרוי (דאכט זיך נישט קיין אשת איש) האבן די חכמים געזאגט אז אפילו ער פילט אז ער גייט שטארבן פון געגועים איז נישט ערלויבט צו בארואיגן די שטורמישע געפילן דורך אפילו בלויז קוקן אויף איר קערפער.
איך שטעל זיל פאר אז דאס איז געזאגט געווארן ווייל אם כן אין לדבר סוף, עס דארף זיין שטאטוטן וואס מ'מעג יא און וואס נישט אז נישט וועט עריות ווערן מותר, אזוי ווי דער רבי אין כיתה זאגט אז אימיטן דאווענען גייט מען נישט אין בית הכסא אפילו מ'דארף שטארק ווייל ווען ער לאזט גיין, וועט ווערן הפקר וועלט. און דאס איז בעצם דער יסוד פון געזעץ אין א לאנד, אז מ'מוז זיך צושטעלן צו געזעצן אן קיין תירוצים און אזוי האלט זיך די מענטשהייט אין די ראמען. איי ס'דא פאר יחידים וואס קענען בשום אופן נישט מיטהאלטן דעם געזעץ און טאמער מ'וועט זיי נישט אביסל לויז מאכן דא און דארט וועלן זיי ערגער ווערן?! איז דארף מען זיי צוהעלפן דורך אנדערע וועגן ווי פסיכאלאגיע וכדו' אבער דער געזעץ מוז בלייבם געזעץ, ווייל אם כן אין לדבר סוף.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:57 am
דורך איחוד פעלד
איך האב פארשטאנען, אז ער וויל ארויסברענגען אז ווען איינער האט א נסיון, און איז זיך מתגבר, אפילו זיין גאנצע רוחניות איז אין דער ערד צוליב דעם, איז ער חשובער פין דער וואס איז א צדיק אבער האט נישט דער נסיונות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:05 am
דורך outspoken
אלו ואלו דברי אלקים חיים, די מעשה איז לא היה ולא נברא אלא משל היה, אבער ס'ליגט אסאך אין די מעשה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:29 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיין באשריבן. ס'איז דא אסאך וואס צו רעדן דערוועגן.
כ'האב שוין געשריבן אביסל דערוועגן אין אן אנדערן אשכול.
(אגב, קען דאס אהינשמעלצן אינאיינעם מיטן אנדערן אשכול)

viewtopic.php?p=51108#p51108

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:40 pm
דורך outspoken
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער שיין באשריבן. ס'איז דא אסאך וואס צו רעדן דערוועגן.
כ'האב שוין געשריבן אביסל דערוועגן אין אן אנדערן אשכול.
(אגב, קען דאס אהינשמעלצן אינאיינעם מיטן אנדערן אשכול)

viewtopic.php?p=51108#p51108


אנטשולדיגט "שמעקעדיג", איך האב נישט באמערקט אז די האסט שוין בארירט דעם ענין אויף אן אנדערע סטייל, איך גיב דיר די גאנצע קרעדיט, און האלט אז מ'קען דאס אהינשמעלצן אינאיינעם מיטן אנדערן אשכול.