בלאט 1 פון 4

קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:34 pm
דורך הציץ ונפגע
קעיט מידעלטאן, די דוכסע פון קעמברידזש, גייט געקליידעט אין טייערע קליידער פון די לעצטע מאדע. אבער זי פארמאגט אויך א קאנזערוואטיווע געשמאק אין קליידונג און אין קאָסמעטיק, און אין די חרדישע שטאט בני ברק טוט קעיט מידעלטאן אינספארירן מאדעס. ליינט און שטוינט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:02 pm
דורך outspoken
עכ''פ זעט מען אז פאר בנות מלכים איז צניעות א שיינקייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:13 pm
דורך קליגער איד
ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:13 pm
דורך יידל
יאנטעף האט געשריבן:וואס איז נאך מער אינטערסאנט איז אז קעטרין הוקער, די דעזיינער פון קעיט'ס בגדים, האט אנגעפאנגען איר קאריער נאכדעם וואס זי האט נאכגעמאכט א געניצטע רעקל פון א פרומע אינגעלע וואס זי האט געקויפט אין א"י!

א גענוצטע בעקישע, ניין?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:46 pm
דורך outspoken
קליגער איד האט געשריבן:ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?


א "קליגער איד" ביסטו אבער נישט קיין לאנדנ'ער..
זי האט חתונה געהאט מיט די 'קרוין פרינץ' פון ענגלאנד.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:52 pm
דורך זר זהב
מזל טוב

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:53 pm
דורך זר זהב
קליגער איד האט געשריבן:ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

בכלל נישט אזוי שיין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:45 pm
דורך איך אויך
זר זהב האט געשריבן:
קליגער איד האט געשריבן:ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

בכלל נישט אזוי שיין.

איר שווערס זונה-ווייב איז עקלדיג למהדרין גם לפי שיטת חזו"א, גיי פארשטיי א ענגלישע קאפ.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 9:25 pm
דורך אבי גערעדט
איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע איבערקערניש ארום די אישה איז, אין נאכמער פארשטיי איך נישט פארוואס מ'האט פארשפרייט די נייעס אין די גאנצע וועלט, ווייסן זיי נישט אז מ'קען מפיל זיין זייער שנעל די ערשטע פאר חודשים?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 9:46 pm
דורך יידל
פונקט היינט איז געווען אין די נייעס אז מרת מידעלטאון איז אין שפיטאל צוליב געפערליכע "צופרי-קראנקהייט" וואס איר פרעגנענסי מאכט אן. http://www.livescience.com/25204-royal- ... kness.html

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:55 pm
דורך איחוד פעלד
אבי גערעדט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע איבערקערניש ארום די אישה איז, אין נאכמער פארשטיי איך נישט פארוואס מ'האט פארשפרייט די נייעס אין די גאנצע וועלט, ווייסן זיי נישט אז מ'קען מפיל זיין זייער שנעל די ערשטע פאר חודשים?

כ'האלט אויך אזוי.
בכלל דארף מען מורא האבען פאר עין הרע, בפרט אין די ענינים.

אינטרעסאנט אז פאר זי איז געווארען מעוברת, האט מען געטוישט די געזעצען אין ענגלאנד, אז טאמער די עלצטע איז א מיידל, יארשענט זי די מלוכה.
ווארשיינליך, ביז היינט טאמער איז די עלצטע געוועהן א מיידל, און נאך דעם א אינגעל, האט דער אינגעל באקומען די ירושה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 9:40 am
דורך מ גפני
איחוד, כאטשיג דו נעמסט נישט קיין אחריות דערויף אבער דאך האב איך ארויסגענומען פון צווישן דיינע שורות אז זי ווארט א מיידל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:09 am
דורך איחוד פעלד
מ גפני האט געשריבן:איחוד, כאטשיג דו נעמסט נישט קיין אחריות דערויף אבער דאך האב איך ארויסגענומען פון צווישן דיינע שורות אז זי ווארט א מיידל

אין צווישען שטייט אז זי ווארט א צווילינג, א אינגעל און א מיידעל, און אויף דעם האבען זיי שוין נישט קיין געזעץ יעצט.....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:05 pm
דורך איך אויך
א אויסטראלישע קאמעדי פארל האט געמאכט א שפיצל מיט ריפן די קעניג עדווארד דעם זיבעטן שפיטאל זיך פארשטעלנדיג אלס די קעניגן און פרינץ טשארלס! און אזוי ארויסדערשנאפט מעדיקל אינפארמאציע איבער קעיט'ס מצב. א רחמנות אויף די אומשולדיגע נורס אבער קיין גרויסע חכמה איז זי וויירשיינליך נישט אויב זי באמערקט נישט אז דאס אינישט די אלטיטשקע קעניגענס קול.

דער שפיטאל אנטשולדיגט זיך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:49 pm
דורך הציץ ונפגע
עס איז באשטעטיגט געווארן אז די דוכסע פון קעמברידזש ווארט אין יולי די געבורט פון איר קינד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:14 pm
דורך יאיר
די קעניגן האט שוין פאלן ווערטער אז זי וויל אז איר אייניקל וויליאם, קעיט'ס מאן, זאל איר איבערנעמען נאכ'ן טויט, און נישט איר זון פרינץ טשארלס. דאס האט געברענגט ערנסטע געפעכטן צווישן קעיט און איר שטיף שוויגער וועלכע חלש'ט צו זען זיך און איר מאן אויפ'ן טראן, און גייט אויס פאר די אטענשאן וואס די בא'חנ'טע קאפל באקומט אין די גאנצע וועלט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:57 am
דורך אריק
פארוואס זאל נישט איר זון איבערנעמען די שטעלע?

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:19 pm
דורך לאדיך אפ
ווייל ער איז א צולאזטע גרוש און שיכור.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:14 pm
דורך שמעקעדיג
אהא. בבחינת ויבז עשו את הבכורה.

הלואי וואלט אזא מנהג געווען איינגעפירט בחצרות קדשינו.
אייגענטליך איז עס איינגעפירט, נאר די חסידים לאזן נישט ארויס דעם אמת, און מען פייט פאר זייער צד עד הסוף.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
קליגער איד האט געשריבן:ווער איז די מיידל? וואס איז די מעלה פון די מיידל חוץ וואס זי שיין אז יעדער רעדט פון איר ?

בכלל נישט אזוי שיין.

איר שווערס זונה-ווייב איז עקלדיג למהדרין גם לפי שיטת חזו"א, גיי פארשטיי א ענגלישע קאפ.

די (גוי'אישע ) לצים רופן דאס אן א "פימעיל-אימפערסאנעיטער". :? 8-) :lol: :roll: :D ;) :o

נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 4:47 pm
דורך עסקן בדברים
א פרומער איד ארעסטירט לעבן איהר אין אסטראליא
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... tains.html

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:27 am
דורך סמיילי
וואס האבען זיי געזוכט דארט? אינטערסאנטע מעשה, קוקט אויס ווי א פארשטעלטע חרדי

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
''בילד'' פון דייטשלאנד האט פובליצירט א נישט זייער צניעות בילד פון מידעלטאון... וואס איז געשען דורך די ווינט פון איר העליקאפטער, דאס קליידל האט זיך אינטערגעהויבן. ס'טוט זיך א איבערקערניש ווען אנדערע צייטונגען פארדאמען דעם ''בילד'' אלץ אומרעספעקטפול.