בלאט 1 פון 4
הרב אמנון יצחק'ס נייע פארטיי "כח להשפיע"
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:14 pm
דורך משולם טענענבוים
הרב אמנון יצחק דערקלערט זיין נייע פארטיי וואס וועט זיך ריפען "כח להשפיע", וואס די סלאגאן וועט זיין "מחזירים השלטון לעם"
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FbGr7SCRBHU[/youtube]
סאטמר נגד הרב יצחק: נעצור התרומות ל'שופר'
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:20 pm
דורך משולם טענענבוים
סאטמר נגד הרב יצחק: נעצור התרומות ל'שופר'לאחר שמפלגתו החדשה של הרב אמנון יצחק שנחשפה לראשונה ב'כיכר השבת' הוכרזה רשמית, כעת, גורמים בחסידות סאטמר, מאיימים לעצור את זרם התרומות לארגונו של הרב אמנון יצחק - 'שופר'. וזאת בשל תמיכתו בריצה של מפלגת 'כח להשפיע' ל'כנסת המינים'. (חדשות, בחירות 2013)מפלגתו החדשה של הרב אמנון יצחק שנחשפה לראשונה כאן ב'כיכר השבת', ממשיכה לעורר סערה, גם מעבר לים.
גורמים בכירים בחסידות סאטמר הודיעו היום בעקבות הכרזתו אמש של הרב על פתיחת מפלגה חדשה בנשיאותו ותחת חסותו. כי באם הדבר נכון, הרי שהם ייאלצו להפסיק את התמיכה, וזרם התרומות לארגון החזרה בתשובה "שופר" של הרב אמנון יצחק יעצר.
על פי הדיווח בקו החשיפות, הודיעו אותם גורמים כי בעבר זכה הרב יצחק לתרומות נכבדות בקרב חסידי סאטמר ברארה"ב וזאת בין היתר בשל העובדה כי ארגונו מחזיר בתשובה מקרב יהודים לאביהם שבשמיים.
אולם הסיבה העיקרית לתרומות שזרמו עד היום לארגונו של הרב אמנון יצחק, היו משום שהרבה בדרשותיו המיוחדות לזלזל בציונות ובאנשים הפוליטים מהמפלגות החילוניות, כשהוא הופך אותם ללעג ולקס ובכך משרת בעקיפין את דרכה של החסידות האנטי ציונית.
"כולם ידעו כי הרב אמנון יצחק לא מפחד לומר את האמת על השלטונות ועל פגיעתם בלומדי התורה וביהדות החרדית", מסבירים הגורמים בסאטמר.
בסאטמר מוסיפים, כי כעת, על אף העובדה שלא הרב בעצמו יהיה זה שישב ב"כנסת המינים", אולם רשימה לכנסת תקבל את גיבויו ותמיכתו, הרי שהם רואים בכך טעם לפגם וייאלצו להפסיק את זרם התרומות מקרב בני הקהילה.
כזכור, אמש, נחשפה כאן ב'כיכר השבת' לראשונה המפלגה שתרוץ לכנסת במסגרת הבחירות הקרובות.
שעות לאחר החשיפה ב'כיכר השבת', הכריז הרב אמנון יצחק באפן רשמי על המפלגה החדשה.
במהלך שיעור שמסר בבת-ים, סיפר הרב אמנון יצחק כי הוא נשאל פעמים רבות על-ידי תלמידים ומעריצים, "למה אתה לא הולך לבחירות, למה אתה לא הולך לממשלה... למה לא תהיה ראש הממשלה?", והכריז: "הערב אני אומר את התשובה - הוחלט להקים מפלגה".
לקול תשואות הקהל, חשף הרב יצחק את שמה של התנועה החדשה - "כח להשפיע", ואת סלוגן הבחירות שלה - "מחזירים השלטון לעם".
"מעתה", הבטיח, "אנחנו נהיה שליחים שלכם לתבוע את זכויותכם ולהעניק לכם את המגיע לכם, ומגיע לכם הכל כיוון שאתם העם. השלטון שייך לכם. בחרתם באנשים והם לא נתנו לכם את מה שהם הבטיחו בדרך כלל".
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:03 pm
דורך עוד מישהו
ער מיט זיין דערקלערן אז ער וויל אויפשטעלן א פארטיי וואס וועט לויפן צום כנסת, וויל ער סטראשענען ש"ס אז זיי וועלן מוזן זיך אויסהערן צו זיינע פארלאנגען, ער איז נישט די ערשטע וואס סטראשעט, און נישט דער ערשטער עס צו טון, אנדערע האבן שוין אויך און האבן פארלוירן.
איך האף אז ער וועט נישט מצליח זיין אריבער צו גיין די מינימום פארלאנגטע שטימען, ווייל ער איז נישט פארדעם געאייגענט, וד"ל ראה ערך אמנון יצחק.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:06 pm
דורך לעמיל
שלום עליכם משולם
איך מיין עס איז שוין דא אפאר אשכולת פון די וואלען און ארץ ישראל
וואלען אין מדינת ישראלנייעס פון ארץ ישראלאון איך מיין עס איז דא נאך
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:07 pm
דורך outspoken
העלבראנץ, אמנון יצחק, מחנובקה, ראחאמסטריקא
סאטמארע אידן הערטס שוין אויף צו פאשע'נען אויף פרעמדע פעלדער, זיי דארפן נאר דיין געלט. מ'איז נאך מיט קיינעם גוט געפארען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:12 pm
דורך משולם טענענבוים
די אשכול איז געווידמעט ספעציעל פאר הרב אמנון יצחק'ס פארטיי, וואס פארלאנגט זיך א אשכול באזונדער, ווייל ס'וועט זיך לכאורה אסאך קאכען דערמיט אין די קומענדע צייטען,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:19 pm
דורך לעמיל
איך גלייב נישט ער וועט אונקימען צו ווייט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:19 pm
דורך sunbar
outspoken האט געשריבן:העלבראנץ, אמנון יצחק, מחנובקה, ראחאמסטריקא
סאטמארע אידן הערטס שוין אויף צו פאשע'נען אויף פרעמדע פעלדער, זיי דארפן נאר דיין געלט. מ'איז נאך מיט קיינעם גוט געפארען.
אין מיין קלאס איז געווען א יונגל וואס זיין טאטע איז געווען א גרויסע גביר. ער אבער איז געווען א פגע און סתם א צופידלטע נשמה. ער פלעגט פרובירן אונטערצוקויפן מיט געלט כדי צו האבן חברים... דא איז די זעלבע זאך.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:42 pm
דורך פרענטש וואנילע
ס'מיר א גרויסער חידוש דער גאנצער האב הגאון הצדיק רבי אמנון יצחק שליט"א, פון איין זייט זעהט מען ווי ר'מאכט הונדערטער און הונדערטער בעלי תשובה, ר'האט א פיסקעל איינס אין דר'וועלט, ער איז א זעלטען גוטער דיבעיטער, ער שטעלט "כמעט" אייביג יעדעם אין ריכטיגען פלאץ, די גרעסטע אויבער חכמים פון ארץ הקודש און אויסער אירע גרעניצען ווערען גוט אפגעענטפערט דורך זיינע בליציגע און הומאריסטישע תשובות, פון די אנדערע זייט האט ער לעצטענס אנגעהויבען ווארפען און טוישען פארבען..
ער האט געפירט א קאמפיין אקעגען "סמארט פאונס" און טעכנאלאגישע "שליחים פון שטן", ביז די "חברה" האבען אין פאטאגראפירט מיט א מעכטיגען איי פאון.. ר'האט עס שיין פארענטפערט אז ער האט א "ספעציעלן" VIP ערלויבעניש פון איינער פון די חכמי הלומדים אין בני ברק, דערנאך איז געקומען זיין ווילדע באמבאסטישע סטעיטמענט ווען ער האט דערקלערט אז די מלחמה מיט די "פאלעסטינער שונאים" איז געקומען ווייל די ישראלים פארלאזען זיך צופיל אויף די טמא'נע אמעריקע, און רעכענט זיך מיט וואס די אמעריקאנער אומגלויביגע טיילען זיי איין, זיי ווערען פארבלענדעט פאר אמעריקעס געלט און וואפען..
דערנאך האלט עס, אז דער "געוועזענער קנאי" האט נישט ווייניגער נאר געגרינדעט א פארטיי צום כנסת המינים!, ס'שווער צו טראכטען וואס אין זיין קאפ לויפט..
מאנכע ליצני הדור זאגען אז ער איז אולי פון די "קרבנות וואס די אינטערנעט האט אפגעפירט"...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געזעהן די ווידיאו וואס ר' משולם האט דא ארויפגעשטעלט , און ער זאגט אז לויט פאול'ס וועט ער באקימען 5-6 מאנדאטים (??????!!!!!!)
איז דאס בכלל מעגליך אדער ער דימיונ'ט אוועק ווי מיט ראמני???
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:24 pm
דורך משולם טענענבוים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:29 pm
דורך משולם טענענבוים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:52 pm
דורך איך אויך
ער רעדט ווי א טיפיקל דיקטאטאר, ער עפענט זיין מפלגה ווייל אזויפיל מענטשן האבן זיך פשוט געבעטן ביי אים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:29 pm
דורך עוד מישהו
נאכן לייענען זיין אגענדע זע איך שוין, "הרב" אמנון יצחק (ער איז נישט קיין רב, ער האט נישט קיין הוראה, און ער טרייבט ליצנות פון עלטערע גרעסערע און חשוב'ערע פון אים), ער איז א הוילע בעל דמיון, ברויט פאר א שקל, יא א גערעכטע טענה, ווער וועט באצאלן פאר וויפיל עס קאסט באמת, די מדינה.
מאכן ביליגער די געז, די געז אין א"י קאסט וויפיל עס קאסט אין איטאליע, אויב עס מאכן ביליגער ווער וועט באצאלן די איבריגע וויפיל עס קאסט באמת? די מדינה.
אלע פרעסקריפשענס און דאקטוירים בחינם נאך וואס יעדע מענטש באצאלט 20 שקל א חודש, וועט קיינמאל נישט געשען, געוויסע מעדיצינען פאר די שווערע מחלות למיניהם די אייבישטער זאל אפהיטן, קאסטן א הון תועפות, די מדינה זאל דאס אלעס אויסצאלן מיט די שפיטעלער מיט די דאקטוירים.
וויסטע פאנטאזיעס.
לו יצוייר ער וועט אריינגיין אין כנסת, (עס וועט נישט געשען לכאורה), מיט די דעפיציט וואס די מדינה האט יעצט, אן די בודזשעט פאר די קומענדיגע יאר, וועלן אלע שטיין און לאכן אין די פויסטן. פון זיין דמיון אליינס וועט די מדינה באנקראטירן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 11:09 am
דורך טעפל
ער איז באמת א מאדענע פארשוין, קיין גרויסע בעלי תשובות האט ער נאך נישט געמאכט, וויל ער ענטפערט ריזיג (שיסט צוריק) מאכט חוזק פון די שאלה און געענדיגט, טאמער וויל יענער באמת תשובה טון כשר'ן זיין קאך, וכדומה קען ער פלעין רעדען צום וואנט נישט צו יצחק'ן, ער איז פארנומען מיט שטותים, זמרים פסולים און נאך.
לגבי די פארטיי ער אליין גייט נישט אין כנסת (א שאד ס'וואלט געווען א גרעסערע סירקעס ווי ס'איז שוין) נאר ער שיקט איינעם, אויפן צעטל האט ער געבעטען שרייבען "בהנחיית הרב אמנון יצחק" כאילו ער פירט עס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:12 pm
דורך עוד מישהו
"הרב" אמנון יצחק האט פארגעשטעלט זיין נייע פארטיי פארן ציבור
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A0%D ... D7%A7.html
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:34 pm
דורך משולם טענענבוים
רשימות המועמדים המפורטות שאושרו
כח להשפיע
1. יוחאי יחיא דוק
5. לינט רופא
9. משה רוטמן
2. יעל טוגנדהפט אלבג
6. מוחמד טבעוני
10. מאיר זוארץ
3. שמעון קינן
7. מלי מזל עטר
11. ויטל זינגר
4. נורית חדיף
8. אתיה גולן
12. יצחק בימקה
פין די כנסת וועבסייט:
http://www.knesset.gov.il/elections18/h ... ?ListId=69
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:40 pm
דורך עוד מישהו
הרב משולם, דאס זענען די בחירות צו די פריעדיגע כנסת, פון פיר יאר צוריק תשס"ט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:39 pm
דורך משולם טענענבוים
עוד מישהו האט געשריבן:הרב משולם, דאס זענען די בחירות צו די פריעדיגע כנסת, פון פיר יאר צוריק תשס"ט.
ניין, ס'פין דעי מאל, קוק איבער, כנסת ה'18
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:21 pm
דורך עוד מישהו
קוק אויף די דאטום ט"ז שבט תשס"ט, פעברוערי 10 2009, אויסער דעם יעצט איז די וואלן פאר די 19טע כנסת.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:31 am
דורך הדד בן בדד
דער אחוז החסימה שטייט היינט ביי עטליכע אין פופציג טויזענט, און דאס איז צוויי און אהאלב בענקלעך, טאמער געלונגט אים נאך אנצוציען נאך עטליכע טויזענט שטימען, האט ער גאר דריי. צו ער קען עס באווייזן? איך האלט אז יא, דער שאלה איז אויב ער וויל באמת, אדער ער האט גאר אנדערע מאטיוון מיט דעם גאנצן פארטיי, און דאס קען איך נישט וויסן, ער איז א כיטרער פארשוין (גראדע, לפי מיין אינפארמאציע יא א רב, און אפילו אויב האט ער למעשה נישט באקומען די הוראה מעג ער זיך נאך אלץ רופן הרב) און ווייסט זייער גוט וויאזוי אנצודרייען א רעדל, און עס קען זיין אז ער האט אנדערע כוונות, אויב אבער ער וויל באמת אנקומען, האלט איך אז ער קען דוקא יא. ער איז א מייסטער ארגאניזירער און ער האט טויזענטער וואלונטירן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:18 pm
דורך משולם טענענבוים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JXNb8K8Nlqs[/youtube]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:25 pm
דורך וויליאמסבורגער
הדד בן בדד האט געשריבן:דער אחוז החסימה שטייט היינט ביי עטליכע אין פופציג טויזענט, און דאס איז צוויי און אהאלב בענקלעך,
דאס מיינט אז א פארטטיי מיז האבן מינימום 2 בענקליך?