בלאט 1 פון 1

וויכטיגע מודעה איבער איינטריט צום פריוואטן פארום

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:12 pm
דורך גבאי
אזוי ווי לעצטענס זענען געווען שוועריגקייטן מיט'ן דורכגיין דעם פראצעדור פון אנגענומען ווערן צום פריוואטן פארום, מאכן מיר א רי-ארגאניזאציע אז ס'זאל קלאפן מהיום והלאה. אלע וואס ווארטן אנגענומען צו ווערן, אפילו די וואס זענען שוין באשטעטיגט געווארן דורך א מנהל, זאלן זיך פריש מעלדן צו מיר.
אלעס בנוגע דעם פריוואטן פארום זאל מען שרייבן צו מיר אין אישית, און נישט צו די אנדערע מנהלים און אחראים, און אויך נישט צו מידת הדין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:20 pm
דורך לעמיל
אפי' די וואס זענען שוין איינגעשריבען דארפען זיך מעלדען?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:51 pm
דורך גבאי
ניין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:24 pm
דורך לעמאן דזשוס
ווייסט איינער ווי די גבאי איז פארלארן געגאנען

איך שיק פארלאנגען, בקשות פאר מיין איינטריט קארטל און מיינע רופן פאלן אויף טויבע אויערן

איך רוף א פאבליק הירינג

א טאון האלל מיטינג ליבערשט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:26 pm
דורך זר זהב
האסט דערווייל נאר געלייקט 38 מאל. כדי אריינצוגיין אין פרגוד דארף מען געבן 150 זאכליכע לייקס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:39 pm
דורך לעמאן דזשוס
נעם דיר צוויי

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 3:08 pm
דורך ענדע צדיק
איך בין היפש ניי דא,
איך ליין און זעטיג זיך אן פון די אלע רייכע אשכולות,
וואס איז דאס די פריוואטע פארום?
וואס ווערט דארט דיסקאסירט?
און וויאזוי קומט מען אן אהין?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:17 pm
דורך גבאי

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:16 pm
דורך יתרו
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ווייסט איינער ווי די גבאי איז פארלארן געגאנען

איך שיק פארלאנגען, בקשות פאר מיין איינטריט קארטל און מיינע רופן פאלן אויף טויבע אויערן

איך רוף א פאבליק הירינג

א טאון האלל מיטינג ליבערשט

למעשה האט מען דיך אריינגעלאזט צום סוף ?
און אויב נישט פארוואס?
און אויב יא פארוואס האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט גלייך?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:51 am
דורך דעתי הענייה
ווילאנג איז נארמאל עס זאל נעמען פון ווען מען שיקט אן הודעה ביז מען באקומט אן אנטווארט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:30 pm
דורך לעמיל
דעתי הענייה האט געשריבן:ווילאנג איז נארמאל עס זאל נעמען פון ווען מען שיקט אן הודעה ביז מען באקומט אן אנטווארט?

איך זעי למעשה ביזטו אונגעקומען אינסייד

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 9:26 pm
דורך משולם טענענבוים
וואסי פשט אז כ'ווארט שוין איבער צוויי חדשים פאר פריוואטע פורום ציטריט, כ'האב געשיקט א אישי אין באקומען א אנטווארט צי שיקען א גוגעל טאלק אדרעס כ'האב געשיקט אין דאס איזעס ס'שוין אריבער צוויי חדשים,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 11:03 pm
דורך נייגעריגער
משולם טענענבוים האט געשריבן:וואסי פשט אז כ'ווארט שוין איבער צוויי חדשים פאר פריוואטע פורום ציטריט, כ'האב געשיקט א אישי אין באקומען א אנטווארט צי שיקען א גוגעל טאלק אדרעס כ'האב געשיקט אין דאס איזעס ס'שוין אריבער צוויי חדשים,

צו וועמען האסטו געשיקט אן אישי?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:23 am
דורך מים חיים
מידת הדין לעבט? נעמט אן אינווייטס אין גוגל טאלק? ליינט הודעה פרטית?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:29 am
דורך מזכה
מים חיים האט געשריבן:מידת הדין לעבט? נעמט אן אינווייטס אין גוגל טאלק? ליינט הודעה פרטית?


גבאי האט געשריבן:אזוי ווי לעצטענס זענען געווען שוועריגקייטן מיט'ן דורכגיין דעם פראצעדור פון אנגענומען ווערן צום פריוואטן פארום, מאכן מיר א רי-ארגאניזאציע אז ס'זאל קלאפן מהיום והלאה. אלע וואס ווארטן אנגענומען צו ווערן, אפילו די וואס זענען שוין באשטעטיגט געווארן דורך א מנהל, זאלן זיך פריש מעלדן צו מיר.
אלעס בנוגע דעם פריוואטן פארום זאל מען שרייבן צו מיר אין אישית, און נישט צו די אנדערע מנהלים און אחראים, און אויך נישט צו מידת הדין.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:57 pm
דורך חשבון
היינט געשיקט א פארלאנג. עמער זען ווי לאנג עס נעמט