בלאט 1 פון 1

צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:52 pm
דורך יידל
וואס גייט פאר? ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די שטערן'ס מאכן בלוירי גויים. נו, דאס האט מען נאך אראפ געשלינגען. אבער די צוויי חידושים וועלכע איך האב געזען די וואך האט מיר שוין ממש ארויסגעברענגט פון די כלים.
א. "די וואך" בילדער אויסגאבע האט געהאט בילדער פון די פראנצוזישע סאנדלער טראגעדיע. האבן זיי געהאט א בילד פון דעם עראפלאן אין וועלכע די קערפער זענען געברענגט געווארן אויף א"י, און די נאמען פון די לופט-ליניע איז געווען אויסגעמעקט! קוקנדיג האב איך באמערקט פארוואס - די לופט ליניע איז נישט קיין אנדערע ווי אל-על! און אל על האט דאך א מגן דוד אין זייער סימבאל, און דאס טאר ח"ו נישט ערשיינען אין א פרומען אויסגאבע, האט מען דאס געמעקט.
ב. אויף די לוח המודעות אין וויליאמסבורג איז געווען אדווערטייזד א נייע ספר "מפתח של חיה" - עניני לידה. אויפן דעקל פון ספר איז א א בילד פון א זיס בעיבי. אבער אויפן עד האט מען למען השם ארויפגעלייגט א ווייסן קעסטל צו פארדעקן דעם פנימ'ל.
וואטס נעקסט?

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:22 pm
דורך יידל
א. דער מחבר פון דעם ספר, ווארשיינליך א תלמיד חכם, האט נישט געשפירט אז ס'איז א פראבלעם צו לייגן א פנים פון א ב'חנ'ט קינד אויפן דעקל פון זיין ספר, דארפן זיי זיין פרומער פון אים?
ב. לאמיר שוין זאגן אז יא, זיי ווילן און מעגן זיין פרומער פון אים - נו, זיי האבן א ברירה נישט אנצונעמען זיין עד. אבער צו גיין פאטשקענען יענעם'ס עד?! איך בין נייגעריג צו על פי הלכה מוז ער בכלל באצאלען פארן עד.

ג. און וואס איז מיט די וואך? וואס זאגסטו צו זייער שטיק? עס איז ממש ווי עס וואלט געווען א פארמעסט ווער ס'קען זיין "פרומער" און "הייליגער" ווי דער צווייטער...

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:30 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:ב. אויף די לוח המודעות אין וויליאמסבורג איז געווען אדווערטייזד א נייע ספר "מפתח של חיה" - עניני לידה. אויפן דעקל פון ספר איז א א בילד פון א זיס בעיבי. אבער אויפן עד האט מען למען השם ארויפגעלייגט א ווייסן קעסטל צו פארדעקן דעם פנימ'ל.
וואטס נעקסט?

כ'האב גראדע געוואלט לייגען א בילד דערפון אין די סגולות אשכול, כאפט א בליק
בילד
קוקט ווי סגולות איז די ערשטע אויפן ליסטע און תפילות ערשט די לעצטע, אזא פנים האמיר, ליידער ליידער...

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:02 pm
דורך ידען
יידל האט געשריבן:ב. לאמיר שוין זאגן אז יא, זיי ווילן און מעגן זיין פרומער פון אים - נו, זיי האבן א ברירה נישט אנצונעמען זיין עד. אבער צו גיין פאטשקענען יענעם'ס עד?! איך בין נייגעריג צו על פי הלכה מוז ער בכלל באצאלען פארן עד.

ווער זאגט זיי האבן אים נישט געפרעגט, און ער האט געגעבן רשות?

דיין שאלה קען זיין אויב האבן זיי נישט געפרעגט, צו דארף ער באצאלן אדער קען ער דיספיוטען זיין קרעדיט קארד.

פארווישן און בכלל נישט צו לייגן פנים׳ער איז א סאטמארע זאך ווען די בית רחל פלעגט נישט אריינלייגן קיין פיקטשערס פון קעפ אין זייערע קאלארינג בוקס וואס זיי האבן געשריבן איז על פי הוראת אדמו״ר מ׳סאטמאר זי״ע.

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:26 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ב. לאמיר שוין זאגן אז יא, זיי ווילן און מעגן זיין פרומער פון אים - נו, זיי האבן א ברירה נישט אנצונעמען זיין עד. אבער צו גיין פאטשקענען יענעם'ס עד?! איך בין נייגעריג צו על פי הלכה מוז ער בכלל באצאלען פארן עד.

ווער זאגט זיי האבן אים נישט געפרעגט, און ער האט געגעבן רשות?

ס'מיר נישט איינגעפאלן. קען טאקע זיין. אבער ס'איז מסתבר אז נישט, ווייל ער האט דאך נישט געמוזט מאכן דעם עדווערטייזמענט א בילד פונעם דעקל און דערנאך פארווישן! ער האט סתם געקענט מאכן א טעקסט עדווערטייזמענט.
ידען האט געשריבן:פארווישן און בכלל נישט צו לייגן פנים׳ער איז א סאטמארע זאך ווען די בית רחל פלעגט נישט אריינלייגן קיין פיקטשערס פון קעפ אין זייערע קאלארינג בוקס וואס זיי האבן געשריבן איז על פי הוראת אדמו״ר מ׳סאטמאר זי״ע.

כ'האב גארנישט געוואוסט אז לוח המודעות איז א סאטמארע זאך.

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:30 pm
דורך חד גדיא
ס'דא א ענין נישט צו לייגן בילדער פון פענימער.

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:36 pm
דורך שמואל שלום שלמה
חד גדיא האט געשריבן:ס'דא א ענין נישט צו לייגן בילדער פון פענימער.

אמת אמת. אז לוח המודעות וויל זיך האלטן צו א פרומען סטאנדארט, זע איך נישט פארוואס מ'דארף זיי אזוי ארונטעררייסען. די זעלביגע איז מיט "די וואך". דער מגן דוד צייגט היינט צוטאגס אויף די מלכות הרשע און איך זע נישט דער פראבלעם פון איר אויסמעקן. נאר ליבעראלע אידן וועלכע זענען זייער פארנומען מיט "פרידאם אף ספיטש" האבן פראבלעמן דערמיט. און פאר זיי זאג איך אלץ: קויפטס די ניו יארק טיימס! ווער האט דיר געבעטן צו קויפן די וואך? דאס איז נישט פאר דיר, דאס איז פאר אזעלכע אידן וועלכע קענען נאך פארנעמן אז מ'צענזורירט פאר זיי אביסעלע, ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, מאן מלכא רבנן.

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:52 am
דורך צוויבל מיט איי
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ב. אויף די לוח המודעות אין וויליאמסבורג איז געווען אדווערטייזד א נייע ספר "מפתח של חיה" - עניני לידה. אויפן דעקל פון ספר איז א א בילד פון א זיס בעיבי. אבער אויפן עד האט מען למען השם ארויפגעלייגט א ווייסן קעסטל צו פארדעקן דעם פנימ'ל.
וואטס נעקסט?

כ'האב גראדע געוואלט לייגען א בילד דערפון אין די סגולות אשכול, כאפט א בליק
בילד
קוקט ווי סגולות איז די ערשטע אויפן ליסטע און תפילות ערשט די לעצטע, אזא פנים האמיר, ליידער ליידער...


תפילה שטייט דאך איז עושה מחצה אבער סגולות העלפן אינגאנצן, ניין? :D

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 2:01 am
דורך אךשמח
יאנקל האט געשריבן:דער ״לוח המודעות״ און ״דבר יום ביומו״ זענען די פאן-טרעגער פון די וויליאמסבורגער פונדאמענטאליסטן. איך בין אוודאי שאקירט פון זייער שטאפל פון אוממענטשליכקייט, אבער נעמענדיג אין באטראכט זייערע אינטערעסן קען מען אלעס ערווארטן.

די צוויי זענען ביי מיר פאשקעווילן פונקט ווי אנדערע שמוץ בלעטער.

ביי מיינס א שמחה האב איך נישט געוואלט אריינלייגן אין קיינע פון די צוויי, אבער נישט געהאט קיין ברירה, און איינע פון זיי האט יא געלייגט פון מיין געלט.

Re: צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 7:35 pm
דורך קול גדול
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:
חד גדיא האט געשריבן:ס'דא א ענין נישט צו לייגן בילדער פון פענימער.

אמת אמת. אז לוח המודעות וויל זיך האלטן צו א פרומען סטאנדארט, זע איך נישט פארוואס מ'דארף זיי אזוי ארונטעררייסען. די זעלביגע איז מיט "די וואך". דער מגן דוד צייגט היינט צוטאגס אויף די מלכות הרשע און איך זע נישט דער פראבלעם פון איר אויסמעקן. נאר ליבעראלע אידן וועלכע זענען זייער פארנומען מיט "פרידאם אף ספיטש" האבן פראבלעמן דערמיט. און פאר זיי זאג איך אלץ: קויפטס די ניו יארק טיימס! ווער האט דיר געבעטן צו קויפן די וואך? דאס איז נישט פאר דיר, דאס איז פאר אזעלכע אידן וועלכע קענען נאך פארנעמן אז מ'צענזורירט פאר זיי אביסעלע, ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, מאן מלכא רבנן.

פונקט ווי זיי האבן די רעכט צו צענזורירן האבן אויך קריטיקירער א רעכט ארויסצוקומען דערקעגן, אז ס'איז דיסקרימינאציע און פיינטליך וויבאלד ס'אנטוויקעלט א שנאה קעגן די וואס ווערן צענזורירט. פונקט ווי טאמער וואלט א אויסגאבע צענזורירט אידן וואלט דאס באטראכט געווארן אלץ אנטיסעמיטיזם און פיינטליך.