בלאט 1 פון 1

חנוכה תשע"ג: נייער אויסגאבע פאר קינדער: "קינדערליכט".

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 9:51 pm
דורך אדוואקאט
פרייליכע נייעס פאר די חשובע עלטערן און זיידעס!!!

האלט געשפאנט אייערע קינדערליך דורכאויס די היילוגע יו"ט חנוכה, מיט די נייע רייכע אויסגאבע, פאר קינדער פון אלע יארגאנג מיט'ן נאמען "קינדערליכט".

"קינדערליכט" איז א רייכער און הערליכער קונטרס וועלכע וועט פארמאגען אין זיך די אלע זמירות לחנוכה הערליך געדרוקט, אין באגלייטונג פון הערליכע און אינטערסאנטע ערציילונגען לכבוד דעם יו"ט חנוכה אראפגעלייגט אויף א לייכטע און אינטערסאנטע שפראך, און דערצו פילצאליגע אינטערסאנטע שפילערייען און געימ'ס וועלכע פארמאגען א שייכות מיט די יו"ט חנוכה, פון וואס אייער קינדער וועלן גאר שטארק הנאה האבן.

"קינדערליכט" די שענסטע חנוכה מתנה פאר אייערע קינדער! אייער קינד וועט אייך שטענדיג דאנקבאר זיין דערפאר.

וועט זיין צובאקומען אין אלע געשעפט'ן די קומענדיגע וואך אי"ה, פאר א גאר א ביליגע פרייז!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:19 am
דורך יאיר
געערטער אדוואקאט, אפשר קענט איר זוכן א מער פאסיגער פלאץ צו אדווערטייזן אייער סחורה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:37 am
דורך יאיר
מיר מאכט זייער נערוועז צו זען אויף אן אפענעם פארום וואס איז געמאכט זיך צו אויסלופטערן און צו פארברענגען, א ריכטיגע אדווערטייזמענט געשריבן מיט אלע סארטן אויסגעדראשענע אויסדרוקן און לאזונגען פון וואס איך האב שוין גענוג צו זען וואו מען גייט און וואו מען שטייט. ווען עס וואלט כאטש געווען בא'טעמ'ט געשריבן, אין פארעם פון איינעם וואס האט עס שוין געקויפט און הנאה געהאט, החרשתי, אבער אויף אן אופן וואס עס שרייט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "קויפט מיין אויסגאבע" קען איך נישט ליידן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:53 am
דורך שמואל הלוי
יאנקל האט געשריבן:פארוואס איז קאווע שטיבל נישט קיין פאסיגער פלאץ?
איך פערזענליך האב הנאה צו זען די נייעס איבער א נייער אויסגאבע, און זאל עס מצליח זיין!
אפשר וועל איך עס אפילו קויפן, און מעגליך אז איך וועל זאגאר הנאה האבן דערפון.

א אנדערע וועלט היינט אין קאווע שטיבל... אין די ערשטע צייטן דא האט מען פארדאמט די אדווערטייזער
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=2458#p2458

ליינט די נאכפאלגענדע תגובות אין דעם אשכול

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:20 am
דורך ידען
יאיר און יאנקל זענען ביידע גערעכט.

מע מעג און מע זאל לייגען און מפרסם זיין נייע זאכען וואס קומט ארויס אבער at least מאכען אז זאל אויסזעהן ווי מע האט עס אליין געשריבען ווי מע האט הנאה געהאט.

שמואל הלוי , אלעס טוישט זיך. וועגען דעם דארפסטו זיין מער דא. אזוי ווי אמאל :) אבער נייטרא ראפעל האט מען גוט געזעהן וואס ער האט געוואלט, און אפי' יאנקל וואלט נישט געווען נייגעריג מע זאל מעלדען יעדע נייע ראפעל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:22 am
דורך [NAMELESS]