בלאט 1 פון 1
למען דעת- וועכענטליך
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:13 am
דורך [NAMELESS]
איך וואלט געוואלט אנפאנגען אן אשכול מיט'ן נאמען למען דעת. איך האב חשק ארויפצולייגן אן אינטערעסאנטע היכי תמצא, אדער א מאמר חז"ל, אדער אן הלכה צו השקפה וואס חכמי הדורות האבן געשריבן לרווחת התושבים.
איך וועל פראבירן עס ארויף צו לייגן וועכענטליך, ואדרבה, אויב וויל איינער עפעס צולייגן אדער פרעגן דערויף, און אדרבה ואדרבה ארויפלייגן נייע זאכן, איך בין זיכער מסכים און מכיר טוב.
און אויב די ראשי הקהילה דא וועלן מחליט זיין אז עס פארדינט זיך אן עקסטערע אפטיילונג, וועט עס זיכער זיין בעסער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:13 am
דורך [NAMELESS]
וועלכע מין ווערט נישט מגלגול?
רבי חיים וויטאל זצ”ל, דער תלמיד חביב פונעם הייליגן אר”י הקדוש, שרייבט אין זיין ספר שער הגלגולים הקדמה ט: וויסן זאלסטו, אז דאס וואס מענטשן ווערן מגלגול, דאס איז נאר ביי מענער אבער נישט ביי פרויען. זיי ווערן נישט מגלגול.
שרייבט ער א טעם דערצוה, ווייל מענער לערנען תורה, במילא קען נישט די פייער פונעם גיהנום שולט זיין אויף זיי, אזוי ווי די גמרא שרייבט אויף אחר (אלישע בן אבויה) אז ער האט נישט געקענט אריינגיין אין גיהנום ווייל ער האט געלערנט תורה. אבער די פרויען, שרייבט ער, אזוי ווי זיי לערנען נישט תורה, קענען זיי אריינגיין אין גיהנום און זיי דארפן נישט ווערן נאכאמאל מגלגול
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:42 am
דורך [NAMELESS]
מוראדיג אינטערסאנט. ווי אזוי קען מען דעמאלטס פארענטפערן פארוואס קליינע מיידלעך האבען אמאל יסורים??
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:57 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:מוראדיג אינטערסאנט. ווי אזוי קען מען דעמאלטס פארענטפערן פארוואס קליינע מיידלעך האבען אמאל יסורים??
ער זאגט נישט אז מ'ווערט נישט מגולגול אין א מיידל, ער זאגט אז נשים ווערן נישט מגילגול. דאס מיידל בעלת יסורים איז געוען א זכר אינעם פאריגן גילגול
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:27 am
דורך נולד מאוחר
דאס מיינט לויט די בעלי גולגולים זענען אלע פרויענ'ס נשמה היינט זכרים?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:31 am
דורך יידל
ממי_שאמרו האט געשריבן:מענער לערנען תורה, במילא קען נישט די פייער פונעם גיהנום שולט זיין אויף זיי, אזוי ווי די גמרא שרייבט אויף אחר (אלישע בן אבויה) אז ער האט נישט געקענט אריינגיין אין גיהנום ווייל ער האט געלערנט תורה. אבער די פרויען, שרייבט ער, אזוי ווי זיי לערנען נישט תורה, קענען זיי אריינגיין אין גיהנום און זיי דארפן נישט ווערן נאכאמאל מגלגול
וואס איז מיט די פרויען (אזוי ווי ברוריה אשת ר' מאיר וכדו') וועלכע לערנען יא?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:35 am
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:מענער לערנען תורה, במילא קען נישט די פייער פונעם גיהנום שולט זיין אויף זיי, אזוי ווי די גמרא שרייבט אויף אחר (אלישע בן אבויה) אז ער האט נישט געקענט אריינגיין אין גיהנום ווייל ער האט געלערנט תורה. אבער די פרויען, שרייבט ער, אזוי ווי זיי לערנען נישט תורה, קענען זיי אריינגיין אין גיהנום און זיי דארפן נישט ווערן נאכאמאל מגלגול
וואס איז מיט די פרויען (אזוי ווי ברוריה אשת ר' מאיר וכדו') וועלכע לערנען יא?
אדער דאס ווייב פון ר' ישעיה פיק מברלין וואס האט ממציא געווען די שיינע תורה'לע
אבא אמר הוה ג'ב'י'ר' לאחיך, ולא נתקיימה "בי", און כ'בין געבליבן א "גר"
אפשר אזעלעכע פרויען ווערן יא מגולגל, למשל אין די מאדערענע "שרה שנירער" אדער די היימישע "שרה שארמאשער"?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:57 pm
דורך נולד מאוחר
''אמר ריש לקיש פושעי ישראל אין גיהינום שולט בהן, קל וחומר ממזבח הזהב''
ס'איז. אינטערסאנט פושעי ישראל איז נישט שולט גיהינם אבער פרויען יא.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:59 pm
דורך קאווע טרינקער
ממש יעצט געזעהן בלמדי הדף, אין ספר "שבת של מי", אז פרק במה אשה און במה בהמה גייען אינאיינעם, - כי לא לחנם הלך וכו'.
אראפ פון זינען?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
נולד מאוחר האט געשריבן:''אמר ריש לקיש פושעי ישראל אין גיהינום שולט בהן, קל וחומר ממזבח הזהב''
ס'איז. אינטערסאנט פושעי ישראל איז נישט שולט גיהינם אבער פרויען יא.
די נשמות קענען ענדערש באשטעטיגן גיהנום ווי איידער נאך אמאל אראפקומען אויף די וועלט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:38 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
ס'איז אזוי אומזיניג צו פרואווען פארשטיין זאכן וואס שפילן זיך אויס אין א מציאות פון נשמות, וועמענס כללים און לאגיק איז אונז אוממעגליך צו פארשטיין, אזוי לאנג ווי מיר זיצן אינעם גוף אויפ'ן עולם העשי'.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 2:02 pm
דורך נולד מאוחר
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:ס'איז אזוי אומזיניג צו פרואווען פארשטיין זאכן וואס שפילן זיך אויס אין א מציאות פון נשמות, וועמענס כללים און לאגיק איז אונז אוממעגליך צו פארשטיין, אזוי לאנג ווי מיר זיצן אינעם גוף אויפ'ן עולם העשי'.
דאן פארוואס און פארוועם איז דאס רח''ו מגלה?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 2:03 pm
דורך נולד מאוחר
ממי_שאמרו האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:''אמר ריש לקיש פושעי ישראל אין גיהינום שולט בהן, קל וחומר ממזבח הזהב''
ס'איז. אינטערסאנט פושעי ישראל איז נישט שולט גיהינם אבער פרויען יא.
די נשמות קענען ענדערש באשטעטיגן גיהנום ווי איידער נאך אמאל אראפקומען אויף די וועלט
הייסט מיין תורה לערנען איז גורם א חסרון פאר מיר?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:16 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
נולד מאוחר האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:ס'איז אזוי אומזיניג צו פרואווען פארשטיין זאכן וואס שפילן זיך אויס אין א מציאות פון נשמות, וועמענס כללים און לאגיק איז אונז אוממעגליך צו פארשטיין, אזוי לאנג ווי מיר זיצן אינעם גוף אויפ'ן עולם העשי'.
דאן פארוואס און פארוועם איז דאס רח''ו מגלה?
כ'קען שפעקולירן: אפשר פאר אזעלכע וואס קענען יא זיך ארויסרייסן פון די גוף-הגבלות און משיג זיין זאכן וואס שטייען איין אויף א "העכערן" פלאץ?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:58 pm
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:ממש יעצט געזעהן בלמדי הדף, אין ספר "שבת של מי", אז פרק במה אשה און במה בהמה גייען אינאיינעם, - כי לא לחנם הלך וכו'.
אראפ פון זינען?
פשוט פשט איז ווייל ביידע רעדן ענדליכע ענינים, במה בהמה יוצאה - במה אשה יוצאה.
אבער אודאי איז אויך דא רמז דרוש און סוד...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:56 am
דורך נולד מאוחר
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:ס'איז אזוי אומזיניג צו פרואווען פארשטיין זאכן וואס שפילן זיך אויס אין א מציאות פון נשמות, וועמענס כללים און לאגיק איז אונז אוממעגליך צו פארשטיין, אזוי לאנג ווי מיר זיצן אינעם גוף אויפ'ן עולם העשי'.
דאן פארוואס און פארוועם איז דאס רח''ו מגלה?
כ'קען שפעקולירן: אפשר פאר אזעלכע וואס קענען יא זיך ארויסרייסן פון די גוף-הגבלות און משיג זיין זאכן וואס שטייען איין אויף א "העכערן" פלאץ?
נא ביי אונדז און שטיבעל איז דא אזאלכע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:48 am
דורך מ גפני
קאווע טרינקער האט געשריבן:ממש יעצט געזעהן בלמדי הדף, אין ספר "שבת של מי", אז פרק במה אשה און במה בהמה גייען אינאיינעם, - כי לא לחנם הלך וכו'.
אראפ פון זינען?
כ'האב לעצטענס געהערט פארוואס מאכט מען א ברכה שלא עשני אשה און נישט שלא עשני בהמה? ווייל א אשה ביסטו זיכער נישט אבער א בהמה אפשר יא...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:35 pm
דורך צדיקל
אין נעכטיגן דף שבת סב, זאגט די גמ', קסבר עולא נשים עם בפני עצמן הן.